קאראטשי – נעכטן האט די פאקיסטאנער רעגירונג געצוואונגען דעם אמעריקאנער אמבאסאדאר אין דער הויפטשטאט איסלאמאבאד, צו קומען פאר א זיצונג מיט דעם פאקיסטאנער אויסערן אנגעלעגנהייטן מיניסטעריום, און דערקלערן דעם פשט פון טראמפ’ס סטראשונקעס קעגן פאקיסטאן.
באזונדער איז פאררופן געווארן אן עמורדזשענסי נאציאנאלע זיכערהייט קאמיטע זיצונג, דורכ’ן פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער שאהיד קאהאן אבאסי. די זיצונג האט אנגעהאלטן דריי שטונדן, און מ’האט אויסגעשמועסט מיליטערישע און ציווילע סטראטעגיעס וויאזוי פאקיסטאן זאל אפיציעל רעאגירן צו טראמפ’ס רעטאריק.
דער פאקיסטאנער אויסערן מיניסטער קוואזשא אסיף האט געזאגט נאך דער עמורדזשענסי זיצונג, אז די סיבה פארוואס טראמפ האט געשריבן די מעסעדזשעס, איז פשוט ווייל אמעריקע איז פרוסטורירט אז זיי מאכן נישט קיין פארשריט אין אפגאניסטאן.
קרעדיט: דער איד