טשיקאווע נייעס

מעקסיקא פארקויפט פרעזידענטליכע פליגער צו פינאנצירן אפמאך מיט פרעזידענט טראמפ

דער מעקסיקאנער פרעזידענט אנדוראס מאנועל לופעז אובארדאר, וואס ווערט גערופן “אמלא”, האט געזאגט אז ער וועט פארקויפן די פרעזידענטליכע קעניגליכע און באקוועמע פליגער, כדי צו פינאנצירן די אפמאך וואס ער האט געשלאסן מיט וואשינגטאן איבער אימיגראציע, וואס האט געראטעוועט די טאריפ’ס וואס פרעזידענט טראמפ האט געסטראשעט ארויפצושטעלן אויף מעקסיקא.

די פליגער איז א באאוינג 787-7 דרימליינער וואס איז געקויפט געווארן אום 2016 פאר 218 מיליאן דאלער. אובארדאר האט שוין פארשפראכן דורכאויס די וואל קאמפיין אז ער פלאנירט צו פארקויפן דעם פליגער און אינוועסטירן דאס געלט אז די מעקסיקאנע באפעלקערונג זאל נישט לעבן אין אזא הונגער און נויט.

דער פרעזידענט זעלבסט האלט נישט ביים פארן מיט דעם פליגער בכלל זינט זיינע בירגער מוטשענען זיך פאר א ביסן זיך צו דערהאלטן דאס לעבן, און פליעט צוזאמען מיט אלע פאסאזשירן אין צווילע בירגער אין די ביזנעס קלאס, וואו יעדער קען קומען רעדן מיט אים, צום גרויס אויפברויז פון זיינע לייבוועכטער, אין די צייט וואס די פליגער – וואס איז לויט די שאצונג פון די יו. ען. ווערד היינט בלויז 150 מיליאן דאלער – ליגט אין א הענקער אין קאליפארניע.

די מעקסיקאנער רעגירונג פארמאגט נאך 60 פליגער און 70 העליקאפטער’ס, וואס דאס וויל דער פרעזידענט אויך פארקויפן כדי דורכצופירן גוטע דיעלס פאר זיין לאנד, נאכדעם וואס די רעגירונג פארמאגט נישט צופיל אין איר בודזשעט. מעקסיקא האט שוין אנגעהויבן אויספירן זייער פליכט ביים אפמאך, און געשיקט פילע סאלדאטן אויף די דרום גרעניץ פון לאנד.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.