דער פאקיסטאנער פאליטיקאנט שאוקאט יוספזאאי וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן דעם פרעסע קאנפערענץ וואס ער האט געגעבן לעבעדיג אויף פעיסבוק און איז פארוואנדלט געווארן אלס געלעכטער פון שטאט.
א געהילף פון דעם פאליטיקאנט האט אפגעכאפט דעם גאנצן קאנפערענץ, און נישט באמערקט ווי די פילטער-אפציע ארבעט. אזוי איז דער פאליטיקאנט שאוקאט יוספזאאי ארויפגעקומען פאר א לענגערע וויילע אויף די לעבעדיגע קאנפערענץ באצירט מיט א פילטער פון א שנויץ און אויערן וואס א קעצעלע האט…
ווי פארשטענדליך זענען די ביישויער נישט געזעסן מיט צאמגעלייגטע הענט… “ס’איז דא א קעצל אין קאבינעט”, שרייב איינער, ווען דער צווייטער לייגט צו “שאוקאט יוספזאאי זעט אויס ווי א קעצל, מיאו מיאו מיאו”…
פאני