איראן האט געלאזט לופטערן מיט גרויס פאמפע אין זייערע מידיע נעצן אז זיי האבן אנטדעקט א ריזיגע שפיאנאזש רינג פון די אמעריקאנע סי. איי. עי. וועלכע האבן שפיאנירט אויף די איראנער מיט סייבער מעגליכקייטן.
דער סעקרעטאר פון די נאציאנאלע זיכערהייט אגענטור פון איראן עלי שאמכאני, האט געמאלדן די דאזיגע נייעס אויף די איראנער IRIB נייעס קאנאל, זאגנדיג אז די שפיאנאזש רינג איז אויפגעלעזט געווארן און עטליכע אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטן זענען ארעסטירט געווארן איבער פארשידענע לענדער, נאכדעם וואס טעהאראן האבן מיטגעטיילט זייער געהיימע אינפארמאציע מיט אליאירטע לענדער.
“איינע פון די מערסט קאמפליצירטע סייבער שפיאנאזש רינגען אין די סי. איי. עי. וואס איז געווען א צענטראלער טייל אין די אקטיוויטעטן פון די שפיאנאזש אגענטור אין פארשידענע לענדער, איז אויפגעדעקט געוואר דורך די געלונגענע איראנער שפיאנאזש אגענטור א שטיק צייט צוריק, און מיר האבן עס אויפגעלעזט” האט שאמכאני געזאגט מיט שטאלץ.
ער האט נישט איבערגעגעבן ווי אזוי מען איז ארויף אויף זייערע שפורן, און וויפיל אגענטן זענען ארעסטירט געווארן, און אפילו נישט אין וועלכע לענדער.