אלבאני – נעכטן האט ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא געגעבן זיין יערליכע “סטעיט אוו די סטעיט” רעדע, אין וועלכע ער האט אדרעסירט פארשידענע וויכטיגע אישוס פאר ניו יארק, און זיינע פלענער פאר’ן צוקונפט פון דער סטעיט.
קאומא האט אנגעהויבן זיין רעדע מיט א פארדאמונג קעגן אנטיסעמיטיזם, און ספעציפיש קעגן דער כוואליע פון אנטיסעמיטישע סטראשונקעס קעגן אידישע צענטערן, זאגנדיג אז דאס וועט נישט טאלערירט ווערן – אבער בעיקר האט קאומא געשפענדעט רוב פון זיין 90 מינוטיגע רעדע, צו רודערן איבער דעם אז ניו יארק איז אונטער אטאקע פון וואשינגטאן די-סי, און ער האט פארשפראכן אז די סטעיט וועט אריינגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן דעם נייעם פעדעראלן שטייער רעפארם געזעץ, אז עס באקריוודעט ניו יארקער בירגער.
פאליטישע אנאליסטן האבן נאך דער רעדע געזאגט, אז עס זעט קלאר אויס ווי גאווערנאר קאומא גרייט זיך צו לויפן פאר פרעזידענט אין 020′ קעגן טראמפ.