טשיקאווע נייעס

פארכאפטע קאטשקעלעך ווערן ארויסגעראטעוועט מיט הילף פון א קאטשקע-געזאנג רעקארדירונג

א גרופע פון בעבי קאטשקעלעך זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון אן אפלויף קאנאל אין א שטעטל אין דענווער קאלאראדא, א דאנק א רעקארדירונג פון א זינגעדיגע קאטשקעלע.

די קאמישע עפיזאד איז פארגעקומען נאכדעם וואס א מאן האט אנטדעקט פיר קליינטשיגע קאטשקעלעך טיף אין די אפלויף סיסטעם, און ער האט באלד אלארמירט די רעטונג אגענטור אין שטאט.

ווען די רעטונג לייט זענען אנגעקומען האבן זיך די קאטשקעלעך באהאלטן טיפער אין דעם סיסטעם און מען האט זיי נישט געקענט ראטעווען. וויפיל מען האט פרובירט זיי צו שלעפן האבן זיך די דערשראקענע קאטשקעלעך נישט געלאזט.

דאן האט איינער פון די רעטונג לייט ארויסגענומען זיין טעלעפאן און ארויסגעשפילט פון דארט א רעקארדירונג פון א זינגעדיגע קאטשקע, האלטנדיג דעם טעלעפאן נידעריג אין דעם אפלויף סיסטעם.

עס האט געארבעט… די קאטשקעלעך האבן זיך באלד אויסגעשטעלט אין א רייע און ארויסגעקומען צו זיין טעלעפאן, וואו דער רעטונג’ס מאן האט זיי ארויסגענומען פון דארט און געפירט צו זייער מאמע, וואס האט זיך געפינען נישט ווייט פון דארט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.