טשיקאווע נייעס

באריכט: שוועדישע בירגער האלטן זיך צוריק פון פליען מיט פליגער צו ראטעווען די ענווייערמענט

אין די צייט וואס טויזענטער מענטשן איבער די וועלט פארן ארויס דעם זומער אויף וואקאציעס, טוען שוועדישע בירגער באלאגערן די באנען און פארן דערמיט צו זייערע ‘האלידעיס’ וואקאציעס קיין צפון אייראפע, אנשטאט זיך צו באנוצן מיט פליגער’ס און האבן פיל א שנעלערע און באקוועמערע רייזע.

די באוועגונג פון ‘די באן פארער’ אין אייראפע און אין צפון אמעריקע ווערט מער און מער. מענטשן טענה’ן אז א פליגער שפייט אויס ריזיגע קוואנטומען פון גאז וועלכע שעדיגט די ענווייערמענט, און כאטש וואס די פליגער’ס פליען ווייטער אן זיי, ווילן זיי נישט האבן א טייל אין דעם ‘שעדיגן די ענווייערמענט’ ווי זיי רופן עס.

אין שוועדן האט די באוועגונג געשלאגן טיפע וארצלען און מענטש האבן אנגעהויבן צו רייזן אויף באנען נאך אן אויפעקלערונג קאמפיין פון ענווייערמיסטישע אקטיוויסטן. ווי די אוויאציע פירמעס זאגן אבער, טוען פליגער אויסשפייען א קארגע 2% פון די גאזן אין די ענווייערמענט, און די גאז וואס א באן שפייט אויס אויף די זעלבע רייזע איז פיל מער ווי די פליגער – א זאך וואס איז א פשוטער ליגענט און שטארק איבערגעטריבן…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.