פאר ארום 8 מאנאטן צוריק האט מען געהערט אז מענג האנגווי, דער פירער פון די אינטערפאל – די אינטערנאציאנאלער פאליציי אגענטור – איז פארשוואונדן געווארן פון איין טאג אויפן צווייטן, ביז ווען מ’האט געהערט אז כינע האט אים ארעסטירט, פאר “קארופציע, שוחד, און נאך אנדערע פארברעכן”.
פארלאפענעם דאנערשטאג האט מען אים געזען אין א כינעזער געריכט, וואו ער האט מודה געווען אז ער האט באקומען שוחד געלט וואס קומט אן ביז 2.1 מיליאן דאלער. די געריכט הויז אין די שטאט טיאנדזשען האט געמאלדן אז ער האט אויסגעדרוקט חרטה, און די פראצעס וועט פארזעצן ווייטער.
די פרשה פון מענג’ס פארשוואונדונג האט אויפגעטרייסלט די אינטערנאציאנאלע אינטערפאל פאליציי, און געצייגט ווי די קאמוניסטישע געריכט פון כינע לאכט זיך אויס און שרעקט זיך נישט אפילו פון אזא מעכטיגע אגענטור ווי די אינטערפאל.
אין די בילדער פון מענג’ס געריכט, זעט מען אים זיצן צווישן צוויי פאליציאנטן אנגעטוען אין א ברוינעם דזשאקעט. ער איז געווארן איינגעדארט, און זיינע האר זענען ווייסער געווארן, אן אנדייטונג אז קיין האניג האט ער נישט געלעקט די לעצטע מאנאטן שימלענדיג אין די ברוטאלע כינעזע טורמע.
מענג איז נישט קיין פנים חדשות אין כינע, ער האט דארט געדינט אלס דער וויצע פארן זיכערהייט מיניסטאר אין די פארגאנגענהייט, און בעפאר האט ער געדינט פאר די כינעזער נאציאנאלער קאנטראל פאר נארקאטיק דראגס, און פירער פון די אנטי טעראר ארגאניזאציע אין כינע.
מענג איז אויפגענומען געווארן אין יאר 2004 אלס דער וויצע צום פובליק זיכערהייט מיניסטאר אין כינע, און אלס דער פירער פון די כינעזער אינטערפאל. ער איז ערוועלט געווארן צו דעם אמט פון הויפט אינעם אינטערנאציאנאלן אינטערפאל אין נאוועמבער 2016, און דארף דארט צו דינען ביז 2020.
אצינד ווערט ער באשולדיגט דורך כינע, אז צווישן די יארן 2005 ביז 2017 האט מענג אויסגענוצט זיין איינפלוסרייכער פאזיציע און געזאמלט ריזיגע סומעס שוחד.