אן אינצידענט האט זיך אפגעשפילט די וואך, ווען א מיידל פון פלארידע אין עלטער פון 11 יאר איז געווארן אראפגעקלאפט דורך אן עמטרעק טרעין, אין רעזולטאַט פון זיין פארנומען צו קוקן אויף איר פאון.
דער קאנדאקטער וואס האט געפירט דעם טרעין האט זיך אויסגעדרוקט צו די אויספארשער, וואס האבן געפארשט דעם אינצידענט, אז די אומקום פון די מיידל איז נישט געווען זיין שולד, וויבאלד די מיידל אליינס האט נישט אין אכט געגעבו ווי זי גייט און האט אדורכשפאצירט די באן שינעס נישט קוקנדיג ווי זיך אפצושטעלן.
דער קאנדאקטער האט ארויסגעוויזן די גאנצע צייט גרויס מיטלייד און סימפאטיע צו די אומקום פון די מיידל.
אינדערצייט וואס דער אינצידענט האט פאסירט האבן זיך געפונען 12 פאסאזשירן אויפן באן. די באן אליינס איז געפארן אויף 68 מייל פער שטונדע, די געהעריגע ספיד לימיט.
גי געשיכטע טוט געבן א דערמאן אז אויב ווערט מען צו עדיקטעט צו דעם סעלפאון קען עס קאסטן דאס לעבן!