וואשינגטאן – א פלארידע פארפאלק האט א פאנטאזיע, אז דער סופרים קאורט וועט אקצעפטירן א קעיס וואס זיי האבן אריינגעגעבן איבער זייער “בוים הויז”.
דער בוים-הויז האט ריטשארד האזאן און זיין פרוי געבויעט אין אנא מאריא איילענד אין פלארידע, נאכדעם וואס זיי האבן באקומען א קלארן ענטפער פון די לאקאלע אויטאריטעטן, אז צו בויען א בוים-הויז דארפן זיי נישט האבן קיין שום קאנסטרוקציע פערמיט.
זיי האבן עס געבויט אויף א מאסיוון פארנעם, מיט עטליכע שטאקן און צימערן, און ס’האט זיי אפגעקאסט דרייסיג טויזנט דאלאר, אבער נישט לאנג נאכדעם וואס עס איז פארטיג געווארן, האבן די לאקאלע אויטאריטעטן אנגעהויבן באקומען אנאנימע “קאמפלעינטס”, פירנדיג דערצו אז די אויטאריטעטן זאלן אונטערנעמען לעגאלע שריט קעגן דעם בוים-הויז.
דער אדוואקאט פאר האזאן טענה’ט, אז א פלארידאנער געריכט האט געאורטיילט אז זיי מוזן צענעמען דאס הויז, אן דעם וואס דאס געריכט זאל אפילו אויסהערן זייער צד, וואס דערמיט זענען זייערע לעגאלע רעכטן פארלעצט געווארן.
האט דער לאיער עס אריינגעגעבן צום העכסטן סופרים קאורט, וועלכע וועט מארגן געבן דעם ענטפער – א ווארשיינליכן גרויסן ניין, נעמענדיג אין באטראכט אז זיי אקצעפטירן בלויז 80 קעיסעס יערליך, פון די טויזנטער וואס זיי באקומען אריין.