פאליטישע נייעס און ארטיקלען

בענאן פרובירט זיך איבערצובעטן מיט פרעזידענט טראמפ

וואשינגטאן – סטיוו בענאן, פרעזידענט טראמפ’ס געוועזענער הויפט סטראטעגיסט, האט נעכטן פרובירט זיך איבערצובעטן מיט טראמפ און זיין פאמיליע, פובליצירנדיג א לענגערן סטעיטמענט, אין וועלכן ער לויבט אויס דעם פרעזידענט, זיינע אויפטוען און זיינע פלענער, און ספעציפיש רימט ער דעם פרעזידענט טראמפ’ס זון דאנעלד דזשוניאר.

בענאן’ס סטעיטמענט פון איבערבעטונג, איז געקומען אין רעאקציע צו א שטורעם וואס עס איז געשאפן געווארן א דאנק קאמענטארן וואס בענאן האט געמאכט אין דעם נייעם פאליטישן בוך, וואס דער שרייבער מייקל וואולף האט פובליצירט עטליכע טעג צוריק, אין וועלכן בענאן רייסט שטארק אראפ דעם טראמפ קאמפיין און ספעציפיש טראמפ’ס זוהן פאר’ן זיצן מיט רוסישע רעפרעזענטאטן אין יוני יאר 16′.

בענאן שרייבט אז “דאנעלד דזשוניאר איז א פאטריאט און א גוטער מאן, און ער איז א הייסער אדוואקאט פאר זיין פאטער’ס אגענדע, וואס האט געהאלפן צוריקדרייען דאס לאנד אין דער גוטער דירעקציע”. בענאן גייט ווייטער און שרייבט, “מיין שטיצע האלט ווייטער שטארק אן פאר’ן פרעזידענט און פאר זיין אגענדע, און טראמפ איז דער איינציגסטער וואס האט באזיגט דעם קלינטאן אפאראט”.

פאליטישע אנאליסטן זאגן אז בענאן’ס איבערבעטונג-רייד קומען אלס רעזולטאט פון דעם וואס ער האט פארלוירן פינאנציעלע שטיצע פון דער רייכער קאנסערוואטיווער מערסער פאמיליע, און אצינד איז ער אין געפאר פון פארלירן זיין דזשאב אלס הויפט רעדאגירער פון דער קאנסערוואטיווער “ברייטבארט” נייעס אגענטור. עס איז דערווייל נישט קלאר צי טראמפ אקצעפטירט בענאן’ס איבערבעטונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.