טשיקאווע נייעס

די גענז שטערן פאסט ארבעטער

אהייא – פאסט ארבעטער רעדן זיך אפ אז זיי קענען נישט געהעריג טאן זייער ארבעט און ליפערן פאסט צו צענדליגער היימען אין א שטעטל אין אהייא, צוליב עטליכע ווילדע גענז.

דאס אנטוויקלט זיך אינעם שטעטל ראקי ריווער, נישט ווייט פון קליוולאנד, אהייא, וואו איינוואוינער פון עטליכע גאסן האבן באקומען א נאטיץ, אז זיי וועלן דארפן אליינס אפנעמען די פאסט אינעם לאקאלן פאסט אפיס.

אויף די אנפראגע ביי די פאסט אפיס איינגעשטעלטע, פאר אן ערקלערונג, האבן די באאמטע געזאגט אז זיי האבן א פראבלעם אז ווילדע גענז דרייען זיך פארנט פון הייזער אויף עטליכע גאסן, און די פאסט אפיס איינגעשטעלטע האבן פשוט מורא צו קומען נאענט צו די הייזער, נישט וועלנדיג ווערן אטאקירט דורך די אגרעסיווע גענז.

די סיטי באאמטע האבן געבעטן איינוואוינער אויפצוהערן ארויסשטעלן עסנווארג, האפנדיג אז אזוי וועלן די גענז אפטראגן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.