ביזנעס און פינאנץ

דוביי ריעל עסטעיט מארקעט וואקסט

מיטל מזרח – אין א פאזיטיוון צייכן פאר’ן ריעל עסטעיט מארקעט אין אנטוויקלטע רייכע מיטל מזרח לענדער, האט מען נעכטן געהערט אז אין לויף פונעם נארוואס-פארענדיגטן יאר 17′, איז שטארק געוואקסן דער ריעל עסטעיט מארקעט אין דוביי, מיט פרישע אקטיוויטעטן און פארקויפונגען, טראץ וואס די דורכשניטליכע פרייזן, ספעציפיש פון טייערערע סארט ריעל עסטעיט, זענען געפאלן.

אלעס אינאיינעם זענען געווען 69 טויזנט ריעל עסטעיט טראנזאקציעס אין לויף פון יאר 17′ אין דוביי, וואס איז מיט פערצן פראצענט מער ווי אין יאר 16′. אבער ווי געשריבן, זענען פרייזן געפאלן, וואס דאס האלט שוין אזוי אן זינט יאר 14′, ווען דער אראבישער אויל מארקעט – אויף וועלכע דוביי’ס עקאנאמיע איז ביז יעצט געווען געבויט – איז צוזאמגעפאלן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.