ארום 1,800 פייערלעשער האבן אנטייל גענומען אין א מעכטיגער אקציע צו פארלעשן פינף ריזיגע וואלד פייערן וואס האבן געבוזשעוועט אין צענטער פון פארטוגאל.
די קאמענד צענטער איז געווען אין די שטאט ווילע דעל רעי. אזויפיל ווי 13 פליגער און העליקאפטער, און 245 קאר’ס אריינגערעכנט באלדאזערס, זענען געווען אקטיוו דורכאויס די אקציע.
די פייערן האבן זיך אנגעהויבן מיט עטליכע טעג פריער אין די קאסטלאו בראנקאו געגנט, ארום 260 קילאמעטער פון צפון מזרח צום פארטוגעזישן הויפטשטאט ליסבאן, האט האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט פון די ווילדע ווינטן.
פילע שטעט זענען עוואקואירט געווארן און עטליכע הויפט שאסייען זענען פארמאכט געווארן פאר די זיכערהייט פון די באפעלקערונג. אזויפיל ווי 8 פייערלעשער און 12 בירגער זענען געשעדיגט געווארן פון די פייערן, איינער פון זיי אין א שווערע צושטאנד.
די מיליטער האט אראפגעשיקט סאלדאטן ארויסצוהעלפן די פייערלעשער, און זעקס געגנטער אין צענטראל אדער דרום פארטוגאל זענען אצינד אונטער פייער-געפאר. פילע פייערלעשער האבן פרובירט צו דערשטיקן די פייערן, און ס’איז דא ערנסטע פארדאכטן אז עס איז בייזוויליג אונטערגעצינדן געווארן.