אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פארלוירענע סובמארין אינעם מיטללענדישן ים אפגעפינען נאך 51 יאר

די פראנצוזישע ים פלאטע האט געטראפן בורכווארג פון די “מינארווא” סובמארין וואס איז פארשוואונדן געווארן מיט 51 יאר צוריק נאנט צו די ברעגעס פון די שטאט טולון ביים מיטללענדישן ים.

די סובמארין איז פארשוואונדן אום יאנואר 1968, און איז פארשוואונדן געווארן מיט אלע 52 מאנשאפט דערין. מ’האט באלד פארדעכטיגט אז די סובמארין האט זיך דערטראנקען, נאכדעם וואס צוויי טעג פריער האט א איזראעלי סובמארין געזינקען.

אצינד זאגט פראנקרייך אז זיי האבן געטראפן דעם סובמארין, און איז צופרידן צו מאלדן פאר די אלע פאמיליעס פון די פארלוירענע, אז זיי וועלן כאטש קענען האבן די געביין פון זייערע נאנטע.

די סיבה פארוואס ס’האט געזינקען איז נישט קלאר. דעמאלט איז געווען באריכטעט אז ס’איז געווען טעכנישע פראבלעמען בשעת’ן דורכפירן די איבונגען וואס די סובמארין געמאכט. די ברוכווארג איז געפינען געווארן דורך א פריוואטע אמעריקאנער קאמפעני’ס אונטרעוואסער ראבאט, און געטראפן דעם סובמארין צוטיילט אין דריי טיילן, אזוי טיף ווי 2,350 מעטער, און 45 קילאמעטער ווייט פון וואו די סובמארין איז פארשוואונדן געווארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.