דער טערקישער פרעזידענט ארדואן האט היינט צום ערשטן מאל עפטנליך רעאגירט צו די פלענער פון אמעריקע און די אליאירטע קרעפטן צו איינטרענירן א פראפעסיאנאלע ארמיי אין סיריע, וועלכע זאל זיין צוזאמענגעשטעלט פון קורדישע קעמפער און די רעבעלן פון די מעסיגע סירישע גרופעס, ארדואן האט זיך געשוואוירן אז ער וועט ״דערטרונקען דאס פלאן נאך איידער זי ווערט געבוירן״, ער און האט עס אנגערופן א ״טעראריסטישע ארמיי״.
דאס קומט נאכדעם וואס מיליטערישע ווארטזאגער האבן אפיציעל באשטעטיגט, אז אמעריקע טוט אצינד איינטרענירן און מושטירן די ערשטע גרופע פון קאמאנדירן וואס וועלן אנפירן די געפלאנטע ארמיי, וואס וועט לויט׳ן פלאן ארייננעמען 30,000 קעמפער, וועלכע וועלן באשיצן די סירישע גרעניצן און אנהאלטן ארדענונג אין די שטעט וועלכע זענען נישט אונטער’ן אסאד רעזשים קאנטראל.
דער טערקישער פרעזידענט איז שטארק אויפגעברויזט, וויבאלד דאס וועט געבן מער מאכט און פאליטישע זעלבסשטענדיגקייט פאר די סירישע קורדן, און דאס וועט אויטאמאטיש ברענגען צו א בונד מיט די קורדן אויף דער צווייטער זייט גרעניץ און פארשטערקערן זייערע נאציאנאלע אספיראציעס, וועלכע טערקיי פרובירט שוין לאנגע יארן צו דערשטיקן. אויך טוען די סירישע פאשמארגא קורדישע קעמפער אנהאלטן באציאונגען מיט מיליטאנטישע קורדישע גרופעס אין טערקיי, וועלכע ווערן באטראכט דורך דער רעגירונג אלס טעראר גרופעס. טערקישע קוועלער האבן אנגעדייט אז דאס טערקישע מיליטער וועט מעגליך נעמען מיליטערישע שריט קעגן אזא סארט ארמיי.