מינוטן פון שרעק און פאניק זענען פארגעקומען פארלאפענעם שבת נאכמיטאג אין שטאט פיאמיטשינא וואס איז אויף דרום זייט פון רוים, ווען הונדערטער שטיקער מעטאל זענען געפאלן פון הימל, גראד אריין אין הייזער, הויפן, קאר’ס און איבער די גאסן.
נאך א שטיק צייט איז די סיטואציע קלארער געווארן אז דאס זענען טיילן פון א באאוינג 787 פליגער פון די נארוועגיען עירליינס וועלכע האט זיך געהויבן אין די דערנעבנדליגע לאונדערא דע ווינטשי לופטפעלד מיט א קורצע צייט פריער.
די פליגער וואס איז געווען אויפן וועג צו לאס אנדזשעלעס האט געליטן פון א פראבלעם אין איר מאטאר און זיך געמוזט צוריק דרייען און מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג, וואס איז אריבער מיט סוקסעס – אדער כמעט מיט סוקסעס… ווייל עס האט אראפגערעגנט שטיקער פון איר איבער באוואוינטע געגנטער.
די שטיקער מעטאל אין גרויסקייט פון 10-20 סענטימעטער זענען געפאלן נאכמיטאג, רוב פון זיי אין די איזאלא סקארא געגנט. זיי האבן געמאכט שאדן פאר 12 הייזער און 25 קאר’ס, צווישן אנדערע האבן זיי אויפגעשאסן פענסטערס. איין מענטש איז לייכט פארוואנדעט געווארן פון די שרויפנעל וואס איז געפלויגן.
“ס’איז געווען ווי קוילן” פארציילט אן איינוואוינער פאר די לאקאלע איל מאסדזשארא צייטונג. “מיין העמד איז געווארן איינגעהילט אין פלאמען, ס’האט אויסגעזען ווי א האגל שטורעם אינמיטן א זומערדיגן טאג. כ’בין ארויס אויפן פארטש צו זען וואס זענען די קולות, און דאן האט מיר באטראפן א שטיקל ברענעדיגע מעטאל”.
די פליגער האט געלאנדעט 23 מינוט נאכן זיך הייבן, און קיינער פון די 298 מענטשן אויפן פליגער איז נישט געשעדיגט געווארן.