אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טראגעדיע: 69 גנבים אומגעקומען אין אפריקע ביים פרובירן צו גנב’נען גאז

אין טענזעניע, א לאנד אין מזרח אפריקע, טוט מען באגלייטן 69 טויטע גנבים וועלכע זענען געשטארבן ווען זיי האבן פרובירט צו גנב’נען גאז פון א גאז-טרעגער טראק וואס האט אנגעהויבן צו ליעקן נאכן זיין פארמישט אין אן עקסידענט. אינמיטן די גניבה האט די גאז עקספלאדירט, און אלע ארומיגע גנבים זענען מיטגעגאנגען מיטן פייער.

די אויפרייס האט פאסירט נעבן די שטאט מאראגארו, מערב זייט פון דאר א-סאלאם, און האט אויפגעשאקלט דאס גאנצע לאנד. אויסער די 69 טויטע זענען נאך 66 גאר שווער פארוואונדעט געווארן.

דער פרעזידענט פון טענזעניע דזשאן מעגאפולי האט גערופן פאר א נאציאנאלער טרויער טאג צוליב דעם אויפרייס, און דער פרעזידענט מיטן פרעמיער מיניסטאר וועלן זיך באטייליגן ביי די באגרעבעניש צערעמאניעס.

“נאך וואס די טראק האט זיך איבערגעקערט זענען מיר געקומען אהין מיט צוויי שכנים” פארציילט אן ארטיגער איינוואוינער. “געוויסע פיינע מענטשן האבן פרובירט צו ראטעווען דעם דרייווער און צוויי אנדערע מענטשן וואס זענען געווען אין דעם טראק, אבער אנדערע האבן זיך געשלאגן צווישן זיך מיט שיסלען אין די הענט, כאפנדיג ווי מער גאז”.

“מיר האבן זיי געווארנט אז עס קען אויפרייסן, אבער קיינער האט זיך נישט געקימערט מיט אונזערע געשרייען, דערפאר זענען מיר באצייטנס אוועק פון דארט, און דאס פון וואס מיר האבן אזוי מורא געהאט איז טאקע געשען”.

דער פרעזדענט מעגאפולי האט גערופן אז מ’זאל אויפהערן צו גנב’נען גאז און דערמיט פארמיידן א קומענדיגע טראגעדיע, א זאך וואס מאכט זיך אפט אין די ארימע געגנטער פון אפריקע.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.