א געריכט אין דייטשלאנד האט אפגעווארפן די ביטע פון דעם 96 יעריגן אסקער גראָניניג אים צו שענקען גענאדע, אז ער זאל נישט דארפן אויסדינען זיין 4 יעריגן טורמע טערמין, איבער דער ראלע וואס ער האט געשפילט אינעם אוישוויץ מארד מאשין. אסקער האט אנגעגעבן אז ער איז אלט און שוואך, און אז דער טורמע אורטייל איז א טויט–שטראף, אבער א דאקטאר וועלכער האט אים אונטערזוכט האט געזאגט, אז ער איז אין א גענוג גוטן געזונט צושטאנד צו דינען א טורמע אורטייל.
גראנינג וועט אנהייבן דינען דעם טערמין וואס איז אויף אים ארויפגעלייגט געווארן אין יאר 15′, נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אין העלפן די נאציס דערמארדן 300,000 אידן, הי”ד, און דאס געריכט האט נישט אנגענומען זיין טענה, כאילו ער האט נישט געוואוסט וואס ס’קומט פאר אונטער זיין נאז.