נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן א סאמיט אין ווענקאָווער, קאנאדע מיט דער באטייליגונג פון אויסערן מיניסטארן פון ארום 20 לענדער איבער דער וועלט צו באהאנדלען דעם צוגאנג צו דעם נוקלעארן געפאר פון נארט קארעא.
דער סאמיט איז פאררופן געווארן פאריגן נאוועמבער, נאך די לעצטע מאסיווע נוקלעארע פראבע פון נארט קארעא, וועלכע האט געברענגט די שארפסטע רונדע פון אינטערנאציאנאלע סאנקציעס. אבער זינט דאן זענען פארגעקומען פארשידענע אנטוויקלונגען אין דעם פעלד, וואס מאכט די סיטואציע מער קאמפליצירט, איינס מיט דעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז דער רעזשים פארמאגט שוין אייגנטליך פילע נוקלעארע מעגליכקייטן, און דער ציל איז נישט צו ״אפהאלטן״ דעם רעזשים פון דערגרייכן אן אטאם באמבע, נאר אייגנטליך אויפצוגעבן א פולשטענדיג אנטוויקלטן פראגראם.
אזוי אויך קומט דער סאמיט אין ליכט פון פילע סיגנאלן וואס דער רעזשים שיקט פאר דער וועלט, אז זי איז וויליג צו טוישן איר צוגאנג און זיך זעצן צום פארהאנדלוגס טיש מיט דער מערב וועלט, זי האט געעפנט געשפרעכן מיט סאוט קארעא, און גרייט זיך צו נעמען אנטייל אין די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין פיאנגיענג.
אבער ווי עס שיינט איז יאפאן נישט אנטציקט פון דעם נייעם צוגאנג פון דעם רעזשים, און זי באטראכט עס אלס א כיטרע שפיל פון דעם רעזשים צו ״איינשלעפן״ די מערב וועלט פון דעם געפאר וואס זי שטעלט פאָר פאר דער וועלט, און דער יאפאנעזער אויסערן מיניסטער, טאַראָ קאוטא, האט אפעלירט צו די וועלט–פירער אנצוהאלטן א שארפע ליניע קעגן דעם נארט קארעא רעזשים, טראץ איר אנגעבליכן טויש אין טאן. דער מיניסטער האט זיך געבעטן, ״לאזט נישט דעם רעזשים אייך איינשלעפן מיט זיסע רייד״, און געזאגט אז אראפנעמען אדער פארלייכטערן די סאנקציעס איז א ״נאיאיווער גרייז אויף וועלכן די וועלט וועט חרטה האבן.