ניו יארק – די באקאנטע און איקאנישע ‘סטאטוע פון פרייהייט’ – די “סטעטשו אוו ליבערטי” אין ניו יארק, איז אפגעשפארט געווארן שבת אינדערפרי, אלס רעזולטאט פונעם שאטדאון פון דער פעדעראלער רעגירונג, וואס טייל פון די פונקציעס וואס ווערן סוספענדירט אין פאל פון א שאטדאון, איז די אפשפארונג פון א גרויסע פראצענט פארקס און מאנומענטן וואס די פעדעראלע רעגירונג קאנטראלירט.
הונדערטער אויסלענדישע טוריסטן און באזוכער פון אנדערע סטעיטס, וועלכע זענען געקומען שבת אינדערפרי קיין ניו יארק צו באזוכן די סטעטשו אוו ליבערטי און די דערנעבנדיגע היסטארישע “עליס איילענד”, זענען געבליבן אויסגעשפילט ביים זען די שילדן אז ס’איז אפגעשפארט צוליב’ן שאטדאון.
ניו יארק סטעיט גאווערנאר, ענדרו קאומאו, האט ביי א רעדע שבת געזאגט, אז ער פארשפרעכט אז די סטעיט וועט צושטעלן די נויטיגע געלטער צוריקצועפענען די סטעטשו אוו ליבערטי, ס’זאל קענען זיין אפן אויך אין א צייט ווען די פעדעראלע רעגירונג איז אין א שאטדאון.