בערלין – א באריכט אין “דער שפיגל” צייגט, אז די דייטשע רעגירונג האט אנגעהויבן לייגן דרוק אויף דער אייראפעאישער יוניאן פירערשאפט, אז מען זאל באשטעטיגן נייע שטרענגע סאנקציעס אויף איראן.
דער באריכט ברענגט נאך פון דייטשע רעגירונג באאמטע, אז זיי ווילן צייגן פאר דער אמעריקאנער רעגירונג, ווי זיי נעמען אויף זייער ערנסט די קריטיק פון פרעזידענט טראמפ קעגן איראן און דעריבער נעמען זיי שריט צו באשטראפן איראן.
דער ציל פון די נייע סאנקציעס, וועלכע ווערן אויך שטילערהייט געשטיצט און פאראויסגעשטופט דורך ענגלאנד און פראנקרייך, איז אז פרעזידענט טראמפ זאל איינזען אז אייראפע נעמט ערנסט זיינע ווארענונגען איבער איראן, איבער איראנ’ס מיסיל אקטיוויטעטן און איבער זייערע שריט צו דעסטאביליזירן דעם מיטל מזרח, און דעריבער זאל טראמפ צוריקציען פון זיין פלאן עווענטועל אפצושאפן דעם דיעל מיט איראן איבער זייערע נוקלעארע וואפנס.