מענטשן אין ענגלאנד זענען אויפגעברויזט נאכן געוואויר ווערן אז א לאקאלע שנארער, אויף וועמען זיי פלעגן רחמנות האבן און העלפן איז גאר די אייגענטומער פון עטליכע טייערע אויטא’ס.
35 יעריגע “מעטיו ברינטאן”, פון נוקוועי, האט ענטהאלטן טויט סטראשונגען אויף די שויבן פון זיין “ספארט קאר”, און ביי א צווייטע פאל איז די פענסטער געווארן אויסגעשאסן, נאכדעם וואס מען האט אים אפגעכאפט שנארן פאר געלט אויף די גאסן.
איינע פון זיינע קארן ווערן געשאצט אויף די ווערד פון זיבעציג טויזנט דאלער.
פארגאנגענע וואך האבן די ארטיגע איינוואוינער געזען ברינטאן פארקירן איינע פון זיינע טייערע קארן, און אינעם זעלבן טאג האט מען אים געזען שנארן פאר געלט זיך בעטנדיג אז ער האט נישט פאר עסן.
פאליציי האבן אונטערגענומען אן אינוועסטיגעישן, און זאגן אז ברינטאן איז א דראג-עדיקט מיט פארשידענע “מענטל און געזונטהייט פראבלעמען”. אויך זאגן די פאלייצי אז די אלע טויט סטראשונגען לייגן אים נישט אריין אין קיין לעבנס געפאר.
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז מענטשן ברויזן זעענדיג אזא סצענע, ווי איינער טוט שנארן געלט און דאן מאכן א חיים טובים. טוענדיג דערביי אפטון די וואס ברויכן טאקע צוקומען דערצו.