וואס זענען די וואסערלעך וואס מיר זעען פארנדיג אויף די וועגן אין די בערג, און וואוהין ווערן זיי פארשוואונדן?
ס’איז אן אפטע דערשיינונג ביים פארן דורכ’ן זומער איבער הייוועיס אין די בערג, אז מען זעט פונדערווייטנס א קליין טייכל אינמיטן ראוד, אבער ווען מען קומט אהין אן ווערט עס פלוצלונג פארשוואונדן.
וואס איז פשט?
כדי דאס צו פארשטיין איז גוט צו באקענען זיך מיט דער נאטור פון “זען” בכלל: וויאזוי די זע-קראפט פון אונזערע אויגן פונקציאנירט. אזוי ארום וועלן מיר קענען פארשטיין וויאזוי אונזערע אויגן קענען באווייזן אונז אזוי גוט אויסצושפילן.
מיר זענען צוגעוואוינט אז ווען מיר ווילן עפעס זען מיט די אויגן, דרייט מען אהין אויס דעם קאפ, מען ווענדט די אויגן אין ריכטונג פון יענער זאך, און מען “דערזעט” עס. אבער דאס איז דאך קלאר, אז דאס אויג איז נישט דער איינציגער שפילער אינעם זען-פראצעדור. והא ראי’, ווען מען געפינט זיך אין דער פינסטער זעט מען גארנישט. איז דאך פשט אז כדי צו זען עפעס, מוז נאך עפעס א פאקטאר אריינקומען אין בילד.
דער דאזיגער עפעס איז “ליכט”. וואס איז ליכט? א שטראל; א שטראל פון ליכט.
א ליכט-שטראל – פון דער זון, “לייט-באָולב”, אד”ג – שטויסט ער זיך אן אין אלעם וואס ער טרעפט אין וועג. ווען דאס געשעט, ווערט ער רעפלעקטירט און פליט אויף צוריק. ווען אט דער אפגעשטויסענער שטראל קומט אן צו אונזערע אויגן, פליט ער דארט אריין גראד אין מוח, און דאן דערזעען מיר אט די זאך פון וועלכער דער ליכט-שטראל איז פריער אפגעשטויסן געווארן.
ווען מיר זעען עפעס, איז פשט אז א ליכט-שטראל איז אפגעקלאפט געווארן פון יענער זאך, און איז געפלויגן צו אונזערע אויגן.
ליכט-שטראלן לויפן נישט איבעראל מיט דער זעלבער שנעלקייט. מיר ווייסן אז ליכט קען דורכגיין וואסער, גלאז, און אפילו פאפיר. אבער ווי פארשטענדליך, לויפט ליכט אין וואסער, וואס איז געדיכט, פאמעליכער ווי דורך לופט, וואס איז היפש שיטערער און ליידיגער.
אפילו אין לופט זעלבסט, איז עס אויך נישט שטענדיג די זעלבע. ווארעמע לופט, ווייסן מיר, איז מער צעשפרייט ווי קאלטע לופט. דערפאר לויפן די ליכט-שטראלן אין הייסער לופט שנעלער ווי אין קאלטער.
לאמיר יעצט מקדים זיין נאך א ווארט, וואס וועט צוגעבן קלארקייט אויף ווייטער. מיר וועלן נעמען אלס משל א דערפארונג וואס פילע פון אונז האבן אין טעג וויילנדיג אין די בערג, ביים איינקויפן אין די גרויסע געשעפטן ווי “וואָלמאַרט”.
ווען איר שטופט אן איינקויף-וועגעלע אויף אן אויסגעפלאסטערטן שטעג, פארט עס גרינגער און בעסער ווי אויף א נישט-גלייכן פלאץ. ווען דאס וועגעלע ווערט געפירט, צום ביישפיל, אויף גראז, שטויסט עס זיך אן אין א “ווידערשטאנד” פון די בערגלעך אין גריבלעך אויף דער ערד, און דאס וועגעלע פארט פאמעליכער.
אויב וועט איר פרובירן ארויפצופירן אזא וועגעלע פון אן אויסגעפלאסטערטן וועג צו דעם גראז ביי דער זייט אויף א שיפן אופן, דאס הייסט אז די רעדלעך פון דער לינקער זייט וועלן שוין זיין אויפ’ן גראז בעת די רעדלעך אויף דער רעכטער זייט זענען נאך אויפ’ן גלייכן וועג, וועט דאס וועגעלע אויטאמאטיש זיך פארקירעווען אויף לינקס. פארוואס? פשוט: די רעדלעך פון דער לינקער זייט האבן זיך גענומען פארן פאמעליכער אדאנק דעם ווידערשטאנד פון דעם נישט-גלאטן גראזיגן וועג, אין דער צייט וואס די רעדלעך פון דער רעכטער זייט פארן שנעלער אויף דעם אויסגעפלאסטערטן וועג. אז די רעכטע זייט פארט שנעלער ווי די לינקע, ווייסן מיר פון דערפארונג, נעמט זיך דאס וועגעלע אויטאמאטיש פארקירעווען צו לינקס.
דאס זעלבע שפילט זיך אפ מיט א ליכט-שטראל, וואס פליט אריין פון איין פלאץ צו אן אנדערן. אין קאלטער לופט, ווייסן מיר שוין, פליט ליכט פאמעליכער ווי אין ווארעמער, וויבאלד הייסע לופט איז מער צעשפרייט און “ליידיג”. איז ווען אזא ליכט-שטראל פליט אריין פון קאלטער לופט צו הייסער, בייגט ער זיך עטוואס ביים טייל וואס געפינט זיך שוין אין דער הייסער לופט, וויבאלד יענער חלק פליט שוין שנעלער ווי דעם וואס איז נאך אין דער קעלטערער לופט.
צוריק צו אונזער ענין, מיט די “טייכעלעך” אינמיטן וועג.
די זון האלט כסדר אין איין ארויסשיקן ליכט-שטראלן. ווען די דאזיגע שטראלן שטויסן זיך אין עפעס אן, ווערן זיי אפגעקלאפט אויף צוריק אין אלע זייטן. די שטראלן וועלכע ווערן אפגעקלאפט אין ריכטונג פון אונזערע אויגן, דערמעגליכן אונז צו זען דעם אנגעשטויסענעם געגנשטאנד.
זומער, ווען די זון באקט מיט איר גאנצער קראפט, היצט זי אן די קוילן מיט וועלכע די וועגן זענען אויסגעפלאסטערט. די קוילן ווערן אזוי הייס, אז זיי באווייזן אנצוהיצן דעם שיכט פון לופט וואס געפינט זיך ממש העכער זיי.
איז ווען ליכט-שטראלן פון דער זון קומען אן אונטן, צו דער אנגעהיצטער שיכט העכער דעם ראָוד, פליען זיי אריין אין הייסערער לופט ווי פריער. אריינפליען אין הייסערער לופט, מאכט די שטראלן פליען שנעלער. אז איין טייל פון זעלבן שטראל פליט שנעלער ווי דעם אנדערן, בייגט ער זיך דאך איין. אז דער שטראל בייגט זיך, פארקירעוועט ער זיך פונ’ם אריגינעלן גאנג.
קומט אויס, אז טייל פון די שטראלן, וועלכע וואלטן לעולם געדארפט דערגרייכן די ערד, בייגן זיך איין אונטערוועגנס און פליען גראד אריין אין אונזערע אויגן. אנשטאט מיר זאלן זען דעם געגנשטאנד אין וועלכן די שטראלן האבן אנגעקלאפט, בלויז איין מאל, דורך אט יענע שטראלן וועלכע פליען גראד אין דער ריכטונג פון אונזערע אויגן, דערזעען מיר אים באלד נאכאמאל, דורך די שטראלן וועלכע האבן אריגינעל געזאלט פליען אראפ צו דער ערד, אבער האבן זיך פארנויגט צוליב דער הייסערער לופט און במילא זיך פארקירעוועט אויף ארויף און מיט דעם אומוועג זיך אויך אנגעשטויסן אין אונזערע אויגן.
פון לעבנס-דערפארונג ווייסן מיר, אז דער איינציגער פאל ווען ס’איז מעגליך צו זען די זעלבע זאך צוויי מאל אין דער זעלבער סעקונדע, איז אין פאל די געזעענע זאך געפינט זיך העכער אדער נעבן וואסער, וואס שפיגלט איר אפ אויף צוריק און שאפט דערמיט א דאפלט בילד פון דער זעלבער זאך. איז ווען מיר דערזעען דא די זעלבע זאך דאפלט, מאכט אונז דער מוח א חשבון, אז דאס קען נישט אנדערש זיין, נאר אז דארט ארויפצו מוז זיך געפינען א קליין וואסערל, אין וועלכן די געזעענע זאך שפיגלט אפ.
אוודאי ווען מיר פארן צו אהין, צום “וואסערל”, געפינען מיר גארנישט. אנשטאט, באמערקן מיר א פרישע אזא וואסערל דארט נאך ארויפצו, וואס ווערט אויך “פארשוואונדן” ביים זיך דערנענטערן אהין.
איז דאס קומענדיגע מאל דער מוח וועט אייך אינמיטן פארן אנווייזן אויף א וואסערל דארט נישט ווייט, זייט וויסן אז ער פארפירט אייך! ס’איז פשוט אן אילוזיע, וואס קומט פון א געבויגענעם זון-שטראל.