דזשעימס סטאקלאס איז די גליקליכע געווינער פון די לעצטע פלארידע “פאוערבאול” זיין ברודער איז אויך געווען א שטיקל געווינער אבער מיט אפאר דאלער ווייניגער…
עס איז דא א שפריך ווארט “משפחה וואס עסן צוזאמען בלייבן צוזאמען” אבער גאר זעלטן וואס מען זעט אז “משפחה וואס שפילן צוזאמען געווינען צוזאמען”…
פארגאנגענע וואך האבן די ברודער באשלאסן צו קויפן עטליכע לאטערי’ס אויפן וועג אהיים פון סאנשיין-סטעיט צוריק צו פענסילוועניע נאכן פארוויילן עטליכע וואכן מיט כאפן פיש און די פלארידע טייכן.
עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ריכטיגע שריט ביידע טיקעט’ס האבן געווינען אבער די “שלעכטע” נייעס איז, אז עס האט זיך נישט אזוי גלייך אויסגעשטעלט…
אין א צייט וואס דשעימס סטאקלאס פון בעטלעהעם פענן האט געוואונען פלארידא’ס $291 מיליאן פאוערבאול בשעת זיין ברידער באב האט דערגרייכט צו בלויזע זיבן דאלער.
“איך קויף די לאטערי בלויז ווען איך בין נישט אינדערהיים” האט סטאקלאס געזאגט פאר די לאטערי איינהייט.
סטאקלאס א עלטערע ריכטער האט נישט געוויסט ווי מזל’דיג ער איז, ביז מיטוואך בשעת’ן עסן פרישטאג אין א רעסטוראן ווי ער עסט געווענליך זיין פרישטאג.
איך האב ארויסגענומען מיין פאוערבאל טיקעט פונעם בערזל, צו קוקן די נומערן האפנדיג צו זיין דער צוקונפטיגע מיליאנער… און אזוי איז געווען. איך האב געווינען אפאר עקסטערע דאלארן” זאגט די 67-יאר-אלט סטאקלאס
דער מיליאנערישער ריכטער האט אויפן פלאץ אויסגעצאלט פרישטאג פאר אלע וואס האבן געגעסן אינעם רעסטוראנט, און אנגערופן זיין משפחה איינמעלדן אז מען פארט צוריק קיין פלארידע.
מען ווייסט נאכנישט צו דער געווינס וועט נענטער ברענגען די ברודערליכע ליבשאפט אדער אפשטילן די באציאונגען צווישן די צוויי ברידער אבער דערווייל קוקט אויס ווי זיי קומען זיך יא פיין אויס נאכן צוזאמען זיך שטעלן
פאר א בילד מיטן געווינס.