זכריה בלאו און יוכבד קרן שיחיו
א חתן-כלה וואס פארמאגן ביידע אינאיינעם נאר צוויי נירן!
דער חתן און די כלה זענען ביידע געווען די יונגסטע נירן נדבנים וואס האבן אוועקגעגעבן זייער ניר צו ראטעווען א נפש מישראל, און די גרויסע מצוה האט זיי עווענטועל פאראייניגט צו ווערן א חתן כלה און גרינדן א שטוב באזירט אויף חסד און מסירות נפש!
די געשיכטעס פון נירן נדבות זענען וואונדערבארע און עמאציאנאלע געשיכטעס פון מסירות נפש, אבער דאס איז איינס פון די שענסטע און עמאציאנאלסטע געשיכטעס אין די היסטאריע, צוויי בראווע יונגע העלדן, א בחור פון בארא פארק און א מיידל פון פלעטבוש, וואס האבן אין א יונגע עלטער געהאט גענוג פארשטאנד און מיטגעפיל צו געבן זייערע נירן, און געווארן אקטיווע העלפער אין רינועל, און בעזר השם זענען זיי שפעטער געווארן חתן און כלה. ענבי הגפן בענבי הגפן, א צונויפשטעל פון חסד ורחמים, מסירות נפש און גבורת הנפש.
זכריה בלאו, א זון פונעם חשובן באבובער נגיד הר”ר זלמן לייב בלאו הי”ו האט געזעהן די עד און געמאכט די החלטה אז ער וועט זיין דער וואס וועט געבן א שטיק פון זיך און מציל זיין א נפש מישראל.
“איך האב געזעהן די עד און עס איז מיר אריין אין קאפ. איך האב געשמועסט דערוועגן אין שטוב און מיין שוועסטער האט מיר אינספירירט אז עס איז א געוואלדיגע זאך.
מיר פרעגן זכריה “האבן דיינע עלטערן מסכים געווען אז די זאלסטו געבן א ניר אזוי יונגערהייט?”
זכריה דערציילט מיט א שמייכל “איך האב עס דערציילט פאר מיינע עלטערן אז איך פלאניר צו געבן א ניר, האבן זיי ביידע נישט געקענט עס גלייבן, מיין מאמע האט געזאגט סארקאסטיש “געב ביידע” און מיין טאטע האט קאטעגאריש געזאגט אז ער לאזט מיר נישט… איך האב געמאכט א פשרה און געגעבן איינס!
דאס איז פאר א ווערטל, אבער ווען די עלטערן האבן געזעהן די ערנסטקייט וויאזוי די צער פון חולי ישראל האט צוגעטרעטן צום הארץ פון זכריה האבן זיי געזעהן אז עס איז ערנסט און ווען זיי האבן געמאכט חקירות ודרישות און געזען אז געבן א ניר איז א מצוה גדולה און איז נישט קיין ערנסטע סכנה פארן מנדב האבן זיי זיך אינגאנצן צוגעשטעלט.
זכריה איז געגאנגען מיט זיין טאטן צו נעמען די ברכה פון כ”ק אדמו”ר מבאבוב שליט”א וועלכער האט ווארעם געשטיצט און געווינטשן צום הייליגן אקט.
אום ג’ תשרי תשע”ה איז אויסגעקומען די אפעראציע, טראץ וואס עס איז געווען אין די גאר פארנומענע ימי התשובה פון ראש השנה צו יום כיפור, האט מען אבער געמאכט די אפעראציע צוליב וואס זי איז געווען זייער וויכטיג צו ראטעווען די לעבן פון דעם טייערן איד.
די טאג פון די אפעראציע האבן א גרופע רינועל עסקנים באגלייט די גאנצע זאך, “ווען איך בין געגאנגען האב איך געטראפן דעם רעסיפיענט, מיסטער פראנקל פון לאס אנדזשעלעס אינאיינעם מיט זיין משפחה, עס איז געווען זייער עמאציאנעל און דערהויבן ווען ער האט מיט טרערן באדאנקט פאר די אקט וואס מיר גייען טון.
היות אז עס איז געווען אין די ימים טובים סעזאן האבן די עסקנים פון רינועל ארגענעזירט מנינים די גאנצע איבריגע חודש תשרי, יום כיפור, סוכות שמחת תורה, אלעס ביי אונז אין שטוב.
אום חול המועד סוכות איז פארגעקומען א הערליכע סעודות הודאה אויף די דאך פון די פראכטפולע הויז, און די שמחה איז געווען גרויס!
זינט דעמאלטס בין איך פארמישט אין רינועל און איך העלף ארויס די הייליגע ארבעט. אבער די גרעסטע זאך איז די פאקט אז איך האב דורך רינועל זוכה געווען צו געבן לעבן, און אויך טרעפן מיין לעבנס באגלייטערן.
די חשובע כלה, יוכבד קרן, איז א חשובע יונגע בעלת חסד פון פלעטבוש, וועלכער האט גענוי ווי זכריה געזעהן די עד, און זייענדיג א בעלת חסד וואס איז א וואלונטיר פאר אנדערע ארגענאזאציעס, האט זי געגעבן די ניר, אום חודש אב תשע”ה. זי איז דורכגעגאנגען די ווייטאג, אבער האט זוכה געווען צו די דערהויבענע הרגשה פון ראטעווען א לעבן.
יארן שפעטער, איז צושטאנד געקומען די שידוך משמים, ווען רינועל עסקנים האבן צונויפגעפארט די צוויי מצילי נפשות און געמאכט די הערליכע רינועל שידוך.
אזא שטוב, געבויעט אויף אזעלכע הייליגע יסודות פון חסד, וועט זיכער זיין א שטוב פון שמחה און נחת בעזר השם. די חתונה איז פארגעקומען נעכטן נאכט ברוב פאר והדר.