פון אלץ און אלעמען

א שמועס מיט “הערש גד”. דער אויפגייענדער וואנעב”י זינגער.

מיט א שיפע געזיכט וואס באשטעטיגט אז די גאנצע יוניווערס איז צו אים פארבינדעט, מיט קליידונג ווי עס פאסט פאר עמיצער מיט רייכטום, לעצטע סטייל ברילן, און א הארט קאפל, שטייט אין אונזער געגנווארט דער אויפשיינענדער שטערן אין די “אוילאם הנגינה”, ער איז געקרוינט געווארן אלץ פרישע כוכב דורך א לאקאלע עזרת חולים פון קראון הייטס, צו זיין די הויפט זינגער ביי זייער דינער.

ביי אונז ברויך מען נישט צופיל מער ווי באשליסן אז מען קען זינגען, מען טוט באטראכטן עטליכע נעכט ווי אנדערע זינגען ביי חתונות, עפענען א טוויטער אקאונט, פארשטייט זיך איינס פארן זינגער “אפציעל” און די צווייטע פארן מכלומרשטן “פען”, וועלכע העלפט דעם זינגער טרעפן פובליציטעט אויף סאציאלע מידיא, דאן קומט די סטראטעגישע סוגיא פון קליידונג. די זינגער’ס ווערן דאך אנאליזירט ביז אין די נאזלעכער אריין, און מען ברויך גוט אויסנעמען, לויפט מען זיך ארום אויפנייען שיינע אנצוגן, א עד אין די בלעטער, עטליכע חתונה נעכט בחינם, והנה און אט: ויקרא שמו בישראל, “זינגער”, עס איז א אינוועסטירונג, אויב וועט עס זיך אויסארבעטן וועט מען שוין עפעס זען צו טון מיטן קול זעלבסט, די חשבון איז קלאר השם יתברך האט געוויס באשאפן די וואויס-לעסן טיטשער אז זיי זאלן האבן ארבעט און ווען יעדער זאל ווען האבן גוטע שטימע’ס וואלט דאך דער פאך איינגעגאנגען. איז אויב וועט עס נישט קלאפן וועט מען פרובירן חסד של אמת, אדער עפעס אנדערש.

דער נייע זינגער מוז דאך געוויס איינהאנדלען א קאלעקשן פון פארשטעלונג מאטריאל ווי נעקטייען, קראך היטן, און אזוי ווייטער וועלכע זאלן אים קאמופלאזשירן אויב אין א יובל פון יעצט וועט מען אים רופן אין איינע פון די שטאטן וואו עס וואוינען ליטווישע אידן אנטרעפנדיג זיין נאמען ערגעץ באשליסנדיג אים צו רופן.

ווי נאר די סענזאציע ווערט גרעסער, און ער הייבט אן באקומען עטליכע דזשאב’ס פון קרובים וואס האבן אויף אים מיטלייד, רוקט זיך זיין קאפ אויף ארויף, ער ווערט פון אנדערע טייג געקנאטן, ער באטראכט זאכן פון א זינגערישע אויג, און סתם צו המון עם וועט ער נישט מער זיך אפגעבן. ער הייבט אן געבן מבינות אויף אנדערע זינגער’ס אין די ליין. און באקומט א גרונטליכע סארט געפיל צו ניגונים. ער מאכט אוועק אלבוימ’ס און שענקט אנאליזן איבער אלעס ארום די נגינה מארקעט.

די מצב ווערט ערנסטער, ער הייבט אן פארכאפן א פאזיציע, ער שיקט זיינע אגענטן אין ישיבות וועלכע מיט צווענגלעך טוען זיי אראפדרייען קעפ פון חתנים, “אים צו נוצן”, ער האט אקארשט איינגעהאדלט א נאטיץ ביכל אפצושרייבן די עטליכע דאטומען וואס זענען פיינעלי רעזערווירט און אפגעצאלט געלט פון-פאראויס.

ווי פארשטענדליך ווערט די געגנווארט ארום דעם זינגער אן אנדערן סארט באגריף, ער הייבט אן פארשטיין, און האבן א מיינונג, און ווער עס גייט אין פארקערטן שפאן, דער איז דאך א טיפש נאך בעפאר די געבורט.

ער גארגלט אייער, און שמעקט קנאבל, ער עסט נישט קיין ברויט און טוט פארשידענע סגולות צו נעמען דעם טראקטאר גערויש קעלעכל און עס פארשארפערן, ער הערט אלטע סידי’ס און טוט כל מה שביכלתו צו שאפן דעם זינגערישן איינדרוק, אזש ער האט שוין אפילו באזוכט ביי יוסי גרין צו מיטטיילן אז ער פלאנט אים צו נוצן ביי זיין קומענדיגע אלבוים, און קנאקן אפאר זעלבסטיס, (סעלפיס.)

די אריינטריט זיינע אינעם זינגען ליין האט אים אזוי באנימען, אז ער האט ניטאמאל אינאכט גענומען אז זינגען קומט פון די מויל, אריינלייגנדיג זיין גאנצע וועזן אין רעקלאמעס, און אזוי ווייטער.

אט נעמען מיר אויף דעם פרישן שטערן הערש גד שטיינגעווירץ וועלכע וועט אראפגעבן פון זיינע טייערע צייט צו די אידישע ווינקל ליינער, און דערציילן וויאזוי זיין פערזענליכקייט האט זיך אריינגעגליטשט אין די נגינה עולמות.

הערש גד: יא, אדאנק, די אמת איז אז איך בין טאקע גאר פארנומען, הערשט יעצט האב איך געדארפט לויפן אין איילעניש צו די “קאפיע-סענטער”, צו אפנעמען די פריש פראדוצירטע “ביזנעס-קארטלעך”, איך בין גאר פארנומען, איך ברויך נאך קויפן א קעלענדער און אריינצייכענען די דאטומען ווייל איך קען נישט געדענקען אויף אויסענווייניג אזויפיל שמחות, און מיין נאטיץ-ביכל האט נישט קיין ליידיגע בלעטל מער, קיין עין הרע, מען טוט צו די זאך, און דער אויבערשטער העלפט שוין.

פראגע: וואס האט אייך געמאכט פירן און שפירן אז די מוזיק פעלד איז אייער דעסטינאציע?

הערש גד: סייסט?! איך בין באשאנקען מיט א געפיל דערצו, איך הער מוזיק טאג און נאכט, איך מיין… איך פארשטיי דערצו, ניגונים האבן א טיפקייט, מען דארף עס ארויסהאבן.

פראגע: זייער חשוב, קענט איר אראפגעבן איבער זיך, און

 

פארשטעלן אייער היסטאריע פון זינגען?

הערש גד: קודם כל. פארוואס באציעט איר זיך צו מיין זינגען דאס גאנצע צייט. איך איך טו אויך אין חזנות, איך האב א געפיל דערצו, און יא, איך האב אלעמאל געצויגן צו נגינה. אלץ קינד פלעג איך זינגען אויף די אלבוים’ס פון משה גאלדמאן, (איך ווייס יעדער זאגט עס… עס איז אזוי אז ער האט שוין געקענט זען ווער עס וועט אין די צוקונפט זיין גרויס)

איך פלעג אלעמאל זיין סאלאו, אין חדר ביי ריסעס, און ביי שמחות פון קרובים, די אמת איז אז די קרעדיט קומט זיך פאר מיין באליבטע באבע וואס האט מיר געשטופט אלעמאל אז דארט ליגט די הונטל באגראבן, און אז איך פארשטיי צו נגינה, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ביי איין פאל ווען עטליכע פעטער’ס האבן זיך צעשמייכלט ווען איך האב אנגעהויבן די הויכע פאל פון א געוויסע ניגון. און איך האב זיך זייער פארשעמט, ווען נאך די מסיבה איז די באליבטע באבע צוגעקימען און מיר געזאגט, “דו וועסט נאך זינגען ביי אסאך אידישע שמחות”, זינגסט אזוי שיין, די ווערטער זינגען אין מיין הארץ זינט דאן.

אלץ בחור האב איך אלעמאל אנגעפירט די חנוכה מסיבה ביים ר”י אין דיינונג רום, איך האב געדארפט האבן ספעציעלע קאנצעטראציע. אלעס זאל קלאפן און שטימען, עס האט געפאדערט ערנסטע טאלאנט, איך האב אזוי כסדר געזען אז דאס איז א זאך באהאפטן צו מיין נשמה.

פראגע: ווען האט איר באשטימט אז גייט זיין אייער אפציעלע פרנסה?

איך האב געלערנט אין ישיבה און ביי אונז איז געווען אזא מנהג וואס האט הייסט “טראמפאמפיל…”, מען גיסט צוקער און מען זינגט.
ווי פארשטענדליך האב איך באקומען די מייקראפאן און געזינגען היימיש און בע’טעמ’ט און ביים גיין בעטן די משגיח ער זאל מיר באצאלן, האט ער אזוי געקווענקלט זאגנדיג “קוק! א ברכה קען איך דיר געבן. וועסט נאך אמאל זיין א גרויסע זינגער. און מאכן אסאך געלט. ויהי לפלא ווייל דער משגיח איז געווען א אויסגערעכנטע מענטש און זיין ווארט איז ביי מיר הייליג און דערפאר בין איך אזוי אויסטערליש מצליח. איך מיין עס קומט אים קרעדיט, און דאס איז די ענטפער אויף אייער פראגע. דאמאלט אין יענע מאמענט האב איך באשלאסן אז איך גיי זיך אריינזעצן אין די מוזיקאלישע פלאנעט אן דאס לאזן צורוה.

פראגע: וואס זענען געווען אייערע סטראטעגיעס ביים אריינגיין אין די ליין, “ווי גייט מען אריין”? וואס טוט איר מען זאל פון אייך וויסן.

הערש גד: אינטערסאנט, ביי מיר האט עס אנדערש געארבעט. איך האב אזוי אגאנצן צייט געזען ווי די ליין האט שוין אויף מיר געווארט, איך האב נאר געדארפט אנהויבן נעמען די דזשאבס. עס איז עפעס וואונדערבאר, אבער אייגנטליך האב איך אויך געלאזט צאלן בחורים וואס זאלן טון פארשידענע פראיעקטן צו ברענגען דזשאבס אבער דאס שרייב נישט אין די אינטערוויו.

פראגע: וויזוי האט אייער פאמיליע אויפגענומען די פאקט אז זייער’ס א מיטגליד ווערט דא א סעלעברעטי?

דעם אמת. איך קום פון היבש א חרובע משפחה. איך מיין… איימסארי פארן דאס זאגן אבער, קוק. קיינער ווייסט נישט דארט פון קיין טאלאנט, יעדער איז צעשאסן, די גאנצע ארום איז באנקראט, איז איך מיין אז זיי לייגן גרויס דגוש אויף מיר, איך בין “ווי מען זאגט” עפעס אזא שטראל פון האפענונג צו זיי. מען זעט אז יא! די משפחה אונזערע האט נאך יא עפעס. עפעס א פונק פון נאטירליכע טאלאנט, אבער אינטערסאנט גראדע ווי איין עלטער פעטער א אומפארגינער האט מיר צוגערופן אין זייט אמאל נאך א חתונה אין פארגעשלאגן צען אלפים איך זאל זיך ארויסלאזן פון זינגען, ער איז, יא אזוי ווי איר זאגט, א צובראכענע מענטש, א מר נפש. און גלייבט מיר ער וואלט מיר דאס געלט קיינמאל געגעבן, עס איז פשוט פארוואס ער וויל מיר זען אלץ פלאמבער ווייל שוין יארן וואס ער האט די טראדיציע פון זיין די חזן אין אונזער משפחה.

פראגע: פון וואו שטאמט אייער טאלאנט?

הערש גד: וואס הייסט פון וואו? פון מיין מויל.

פראגע אויסקלארונג: געוויס אבער ארויפציר אין די גענעס וועלכע זייט פון אייער’ס. זעט איר אז פון דארט קומט אייער נגינה טאלאנט.

הערש גד: אה. פונערגעץ, איימיען, מיין ביידע זיידעס קענען קיין טאן נישט האלטן. אפשר פון מיין באבע, איך האב איר קיינמאל געהערט זינגען…

פראגע: וואס איז געווען אייער גרעסטע פארזאמלונג ווי איר האט געהאט די מייקראפאון?

הערש גד: ביי די מלוה מלכה פון מיין זון’ס חדר, ווי איך האב גערעדט אפאר ווערטער לכבוד א פעטער וואס איז געווען געאנערט ביים דינער אלץ נזר השנה. איין רגע! איר רעדט פון זינגען?! אה. דאס איז געווען ביי מיין אייגענע חתונה ווי איך האב אראפגעלייגט א שטיקל. יעה מיין מחותן האט אזוי שטאלצירט. אבער דאס איז זיכער אז ווען איך זאל ווען גיין זינגען אויף העסק קאנצערט, וואלט דאס געווען מיין גרעסטע פארזאמלונג. גראדע ביי די כינוס כלל ישראל בין איך דארט געווען, איך האב זיך

 

אונטערגעזינגען צו מיר אבער נישט דאס ווילט איר וויסן געוויס.

פראגע: האט איר געטון אדער טוט איר נאך א ארבעט אויסער זינגען?

הערש גד: יא, איך בין די שערער אין די סאווארנע משמש שטיבל, איך שער קעפ. אבער זאלסט דאס חלילה נישט דערמאנען אינעם אינטערוויו.

פראגע: האט איר געהאט אינטערסאנטע פעלער אין די קורצע צייט פון גיין זינגען אויף חתונות?

הערש גד: א געוואלד איך קען אנפולן ביכער, איך האב הערשט נעכטן געהאט א טאטע וואס איז צו מיר צוגעקומען זאגן אז מיט מיינע נגינה האב איך צוריקגעברענגט זיין זון.

פראגע: צוריקגעברענגט פון וואו?
הערש גד: צוריקגעברענגט פון עולם הדמיון, ער פלעגט כסדר טראכטן פון ווערן א זינגער, און פארטיג, איך האב אים געראטעוועט.

עס מאכט זיך זייער אפט אז איך גיי דורך געשעענישן, אמאל האט מיר א פעטער פון די חתן אנגעשפריצט מיט א טעלער חריף צוליב וואס מיינע ניגונים האבן זיך געהערט אומאיידל.

פראגע: וואס טאקע איז אייער מיינונג בנוגע “היינטיגע מוזיק?”.

הערש גד: אה איך האב הנאה איר ברענגט ארויף די טעמע, איך האלט אין איין ארויפברענגען מיין ווייטאג צו מחותנים. איך האלט אז אמאליגע, ניגונים האבן חן, ניין איך זאג דאס נישט צו נאכזאגן וואס אסאך אנדערע זינגער זענען פארנומען צו זאגן. איך מיין עס ערנסט, ווען מען זינגט מיט הוללות ברענגט עס אראפ.

פראגע: וואס טוט זיך וועגן אן אלבוים?

הערש גד: מיין מיינונג דערביי איז נאכנישט קלאר, איך דארף זען וואס די קומענדיגע סעזאן פון חתונות וועט אויף מיר ברענגען, און אז דער עולם וועט פארלאנגען, הער אויס. וועט מען זיך דארפן צושטעלן.

פראגע: צום שלוס וואס האט איר צו איבערגעבן פאר די אידישער ווינקל טשענעל ליינער?

הערש גד: איך ווייס נישט וואס טשענעל מיינט, עס איז אויסגעהאלטן? עס איז דא א מזוזה ווען מען גייט דארט אריין? איך מיין וואס איז עס, סתם צייט פארברענגעריי, עניוועיס וואס ברויך עס מיר אנגיין, ביזנעס בעפור פלעזשור זאגט מען אין אידיש. איז איך וויל איבערגעבן פאר די ליינער, אז עס איז זייער נישט עטיש צוצוזען ווי מענטשן כאפן זיך אריין אין די ליניע ערב שבת ביים זיך שערן, עס איז זייער נאריש דאס צו טון, איך פארשטיי מענטשן יאגן זיך, אבער מען דארף נעמען אינאכט אז יעדער יאגט זיך. שוין לעש אויס די רעקארדער.

דער רעדאקציע פון אידישער ווינקל טוט זיך באדאנקען פאר הערש גד, און גלייכצייטיג מעלדן מיר אז מיר וועלן בעז”ה מעלדן ווי נאר עס וועט זיין פארשריט איבער די נייע אלבוים…

 

*הומאריסטישער אינטערוויו ערשינען צו אונזער פורים פראיעקט אויפן טעלעגראם טשענעל 

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.