רוים – א אידישע פרוי, וועלכע איז געווען פון די געציילטע אידישע יונגע קינדער אין איטאליע איבערצולעבן איר דעפארטאציע צו א נאצי טויט לאגער, איז באעהרט געווארן מיט א ספעציעלער באעהרונג דורך דער ארטיגער רעגירונג. די רעדע איז פון ליליאנא סעגרעי, 87 יאר אלט, וועלכע איז אינאיינעם מיט איר פאמיליע אריין אין באהעלטעניש אין יאר 938′ ווען פאשיסטישע געזעצן זענען אריינגעשטעלט געווארן אין קראפט.
אין 943′ איז די פאמיליע ארעסטירט געווארן און ארויפגעשטעלט געווארן אויף באנען, מיט וועלכע זיי זענען דעפארטירט געווארן צו פארשידענע נאצישע טויט לאגערן, און ליליאנא איז אנגעקומען קיין אוישוויץ. פון די 775 איטאליענער אידישע יונגע קינדער וואס זענען דעפארטירט געווארן צו די נאצישע לאגערן, האבן בלויז 25 איבערגעלעבט, און ליליאנא איז פון די געציילטע איבערלעבער, אבער זי האט ערשט זיך גענומען דערציילן פון אירע מיטמאכענישן מיט 20 יאר צוריק, וויבאלד די טראומא האט איר לאנגע יארן נישט ערלויבט צו דערציילן.
אצינד האט דער איטאליענישער פרעזידענט, סערגיא מאטארעלא, איר געשאנקען די באעהרונג פון איר דעזיגנירן אלס “לעבנסלענגליכע סענאטאר”, אן אפיציעלע פאליטישע אמט וועלכע ווערט צוגעטיילט פאר אנערקענטע פערזענליכקייטן.