וואשינגטאן – אפילו אין דער צייט וואס א רעגירונג שאטדאון אפעקטירט צענדליגער טויזנטער רעגירונג איינגעשטעלטע, אריינגערעכנט אמעריקאנער זעלנער און מיליטערישע איינגעשטעלטע, אויף א נעגאטיוון פארנעם, קוקן אבער פאליטישאנס צו זען ווער עס “געווינט” דעם שאטדאון, דאס הייסט ווער וועט ווערן מער באשולדיגט אין אנברענגען דעם שאטדאון.
“פאליטיקא” האט נעכטן פובליצירט א סך הכל פון אלע אנקעטעס ארום דעם יעצטיגן שאטדאון, און עס צייגט אז אנקעטעס וואס זענען גענומען געווארן בעפאר’ן שאטדאון האבן געצייגט אז נאענט צו העלפט האבן געזאגט אז זיי וועלן באשולדיגן טראמפ און די רעפובליקאנער, און בלויז א דריטל האבן געזאגט אז זיי וועלן באשולדיגן די דעמאקראטן. אבער ווען מען קוקט טיפער אין די ציפערן, זעט מען אז דער מצב איז נישט גוט פאר די דעמאקראטן, ווייל נאר 27 פראצענט וויילער האבן געזאגט אז עס איז ווערד צו ברענגען א שאטדאון צוליב דער אישו פון “דאקא” – וואס די דעמאקראטן האבן זיך גע’עקשנ’ט אויף דער דאקא אישו בעפאר’ן שאטדאון, און אזויפיל ווי 55 פראצענט וויילער האבן געזאגט אז א שאטדאון איז ווערד אויב די אישו איז צו פארשטארקערן דאס מיליטער – וואס טראמפ האט זיך גע’עקשנ’ט דערויף.