קאליפארניע – די אמעריקאנער ארמיי האט נעכטן געזאגט, אז צוויי זעלנער זענען אומגעקומען ווען א מיליטערישע העליקאפטער האט אראפגעקראכט. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער אפאטשי העליקאפטער האט זיך געהויבן העכער’ן גרויסן “נעשאנעל טרעינינג צענטער” אין דער פארט איירווין באזע אין דרום קאליפארניע, וואו די צוויי זעלנער זענען געקומען פון דער פארט קארסאן באזע אין קאלאראדא, פאר טרענירונגען אין פליען העליקאפטערס און אנדערע מיליטערישע פלי-מאשינען, ווען עפעס איז געגאנגען ערנסט נישט-ווי-געפלאנט און דער אפאטשי העליקאפטער אין וועלכע זיי זענען געפארן, האט אראפגעקראכט. דאס מיליטער האט דערווייל נישט פובליצירט די נעמען פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער, וויבאלד זייערע פאמיליעס זענען נאכנישט נאטיפיצירט געווארן איבער זייער טויט, און א פענטאגאן ווארטזאגער האט פארשפראכן א פולקאמע אויספארשונג איבער’ן אינצידענט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.