א פארפאלק אין פענסלאוועניע איז געווארן אנגעקלאגט אין גניבה, נאכדעם וואס זיי האבן בטעות באקומען פון די באנק 120 אלפים, און אנשטאט צו מעלדן פאר די באנק דערוועגן, האבן זיי דאס אויסגענוצט…
די טעות האט פאסירט אין די שטעטל מאנטראסוויל ווען דאס פארפאלק איז געשטאנען אין די רייע פון באנק, און איינער פאר זיי האט דעפאזיט די סומע פון 120 טויזענט דאלער אין באנק. דער באאמטער אינעם באנק האט זיך ווייסט אויס צומישט, און געגעבן דאס געלט פאר די פארפאלק וואס האט נאכגעפאלגט אין די רייע.
כאטש וואס זיי האבן געוואוסט אז ס’איז נישט זייערס, האבן זיי געקויפט דערמיט א שעווראלעט טראווערס קאר, צוויי עי. טי. ווי’ס, א היים-מאביל, און נאך פארשידענע זאכן. אזוי אויך האבן זיי פארטיילט בערך 15 טויזענט דאלער פאר זייערע פריינט.
נאך א חודש האט זיך די באנק געכאפט ביים טעות ווען יענער קליענט האט געזען אז דאס געלט איז נישט אין באנק, און ווען מ’האט נאכגעקוקט די זאך האט מען געזען אז 107 פון די 120 טויזענט דאלער איז שוין נישט צום באקומען מער…
די באנק האט זיך פארבינדן מיט די פארפאלק, וואס האבן געזאגט אז זיי ווייסן ס’איז געווען א טעות, און זיי גייען אויסארבעטן א פלאן ווי אזוי עס צוריק צו באצאלן מיט פעימענטס, און מער האבן זיי נישט געענטפערט קיין רופן פון די באנק, און זיי זענען אנגעקלאגט געווארן אין גניבה.