אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

שאסייען אין קאטאר געפארבט אין בלוי אפצוקילן די שרעקליכע היצן אויפן גאס

קאטאר האט איבערגעפארבט א אנגעלייגטע שאסיי אין די הויפטשטאט דוכא, אלס א טייל פון א פראבע צו אפקילן די ערד און נידערן די טעמפעראטורן אין די געגנט.

די טעמפעראטורן אין די עמיראטן מדבריות קומען אן צו 50 סעלציוס, וואס מאכט אז פלאסיק זאל זיך צעלאזן און די פעך אויף די שאסייען זאלן צעגיין. אויך די קארס האבן פראבלעמען פון די שרעקליכע היצן, די ווייזערלעך צוברעכן זיך און גאנצע טיילן פון די טייערע קארס גייען שלאפן.

די אויטאריטעטן אין קאטאר האבן באשלאסן צו זוכן עפעס א קריאטיווע לעזונג, און האבן אפגעפארבט ארום 200 מעטער פון די שווארצע אספאלט אויף די שאסייען אין בלוי, וויבאלד די שווארצע קאליר ציעט צו זיך היצן.

אצינד וועט מען דאס לאזן אזוי פאר די קומענדיגע 18 מאנאטן און אויב וועט דאס זיין ווירקזאם, און די שאסייען וועלן נישט זיין מער אזוי הייס, וועט מען איבערפארבן אלע שאסייען איבער גאנץ קאטאר, לויט די רעגירונג.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.