אמעריקע האט ארויסגענומען זייער העכסטער שפיאן אין רוסלאנד אין יאר 2017 אין א געהיימע אפאראציע, לויט א באריכט אין די CNN אין נאמען פון הויכע טראמפ אדמיניסטראציע איינגעשטעלטע.
די געשיכטע גייט אז די שפיאנאזש אגענטורן פון אמעריקע האבן באשלאסן אז מ’מוז זאפארט ארויסנעמען דעם שפיאן פון דינסט, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך געטראפן מיטן רוסישן אויסערן מיניסטאר סערגעי לעווראוו, און דער דעמאלטדיגער רוסישער אמבאסאדאר אין וואשינגטאן סערגעי קיסליאק.
ביי יענע זיצונג האט זיי טראמפ פארציילט ספעציעל האקעלע שפיאנאזש אינפארמאציע איבער די אייסיס טעראר גרופע אין סיריע, וואס ער האט באקומען פון מדינת ישראל.
די שפיאנאזש געמיינדע האבן באלד געזען אז אויב טראמפ גיבט ווייטער סענסעטיווע אינפארמאציע, קענען נאך די רוסן א דאנק דעם ארויפקומען אויף די שפורן פון דער אמעריקאנער העכסטן שפיאן אין רוסלאנד.
דער היינטיגער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא וואס איז דאן געווען דער הויפט פון די סי. איי. עי. האט דאן געזאגט אז צופיל אינפארמאציע איז ארויסגעקומען וואס קען אנטדעקן די שלייער פון יענעם שפיאן, און מען האט באלד געמוזט פארארדענען א אקציע אים ארויסצוראטעווען פון דארט.
די ווייסע הויז האט רעאגירט איבער די באריכט אז “נישט בלויז וואס די געשיכטע איז נישט ריכטיג, נאר עס שטעלט אויך אמעריקאנע לעבנס אין געפאר”.
אינטערסאנט צו וויסן וואס די אמת