די אמעריקאנע קאוסט גארד האט באוויזן צו ראטעווען פיר שיף מאנשאפט וואס זענען פארכאפט געווארן אין א דרום קארעאנער טרעגער-שיף קעגן איבער די ברעגעס פון דזשארדזשיע.
די ‘גאלדען רעי’ טרעגער שיף האט זיך איבערגעדרייט נאכן ארויספארן פון די פארט פון די שטאט בראנסוויק טראגנדיג אויף זיך 4,000 קארס אויפן וועג קיין באלטימאר, און פון דארט האט עס געזאלט פארזעצן צום מיטל מזרח.
די שיף האט זיך איבערגעדרייט אויף איר זייט, און באלד ביים אנהייב האט מען געראטעוועט 20 פון די מאנשאפט, 6 דרום קארעאנער, 13 פיליפינער און איין אמעריקאנער. די רעטער האבן געמוזט אפשטעלן זייער רעטונג ארבעט נאכדעם וואס א פייער האט אויסגעבראכן אינעם שיף.
עטליכע שעה שפעטער זענען די איבעריגע פיר פארכאפטע אינעם שיף אויך געראטעוועט געווארן, נאכדעם וואס מען האט געמוזט אויפברעכן טיילן פון די שיף כדי צו קענען אנקומען צו די פארכאפטע.
דערווייל איז נאכנישט קלאר וואס עס האט צוגעברענגט אז די שיף זאל זיך איבערקערן.
t אינטערסאנט