ירושלים – דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט, מייק פענס, האט נעכטן אויפגעטרעטן מיט א רעדע אינעם מדינת ישראל כנסת, ביי וועלכע ער האט געמאלדן אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט די אמעריקאנער אמבאסאדע שוין אריבערפירן קיין ירושלים אין יאר 19′ למספרם, דאס באדייט אין א יאר ארום, און ס’איז פיל פריער ווי מען האט זיך געהאט גערישט.
פענס מעלדונג קומט אין דער זעלבער צייט וואס ס’איז באריכטעט געווארן אז די אמבאסאדע אין ירושלים וועט ווערן אוועקגעשטעלט אין דער עקזיסטירנדער אמעריקאנער קאנסולאט געביידע אין דער ארנונה געגנט אין ירושלים, און אז דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין מדינת ישראל, דעיוויד פרידמאן, וועט שוין אנהייבן ארבעטן דארטן אין 2 מאנאטן ארום.