די וואסער פאמפס ווערן ווייניגער און ווייניגער אין די וועלטס העכסטע הויפטשטאט צוליב וואס די אייז אויף די בערג ווערן צעלאזט, און מען הייבט אן שפירן דארט דורשט און טרוקנקייט. אבער די איינוואוינער פון לא פאס, די הויפטשטאט פון באליוויע, האבן געטראפן פאטענטן זיך אן עצה צו געבן.
לא פאס געפינט זיך מער ווי 3,600 מעטער העכערן וואסער. עס וואוינען דארט 2.7 מיליאן מענטשן, און זיי האבן שוין אין ענדע פון 2016 געליטן פון א געפערליכע טרוקנקייט און דארשט, וואס איז געווען די שווערסטע אין 25 יאר.
דאס האט דעמאלט געברענגט צו וואסער באגרעניצונגען און צו מאסיווע פראטעסטן דורך די דורשטיגע באפעלקערונג. אצינד זעט מען אז די וואסער ווערט ווידער פארשוואונדן, און עס איז אן ערנסטע פראבלעם, די הויפטשטאט איז אין א געפאר.
וויבאלד ס’איז געווענליך דא דארט אן איבערפלוס פון וואסער, קאסט נישט דארט קיין געלט די וואסער, דער עולם באדט זיך טעגליך אין אסאך וואסער און קיינער שפארט נישט אויף קיין וואסער. דאס איז א פראבלעם אז פלוצלינג וועט מען עס מוזן אפשטעלן.
די רעגירונג האט אינוועסטירט יעצט 64 מיליאן דאלער צו בויען פיר ריזיגע ערטער וואו ס’זאלן זיך צוזאמענקומען וואסער וואס זאל זיין גענוג פאר אלע איינוואוינער. די וואסער וועט ווערן צונויפגעזאמעלט פון די אנדישע בערג. איבעראל האט מען ארויסגעלייגט צעטלעך אז דערווייל זאל מען פרובירן צו קארגן מיט וואסער.