האוואאי – צוויי ספרי תורה פון א שוהל אין האוואאי זענען גערויבט געווארן מיט עטליכע טעג צוריק. לויט ווי די לאקאלע אידישע געמיינדע דערציילט, זענען די ספרי תורה ארויסגערויבט געווארן פונעם חב”ד שוהל וואס געפינט זיך אין האנאלולו, אויפ’ן אהו אינזל, און די גניבה האט פאסירט מוצאי שבת שפעט ביינאכט, אדער זונטאג. די שוהל, וועלכע איז אונטער דער פירערשאפט פון הרב איטשע קראסנדזשאנסקי הי”ו, האט ארויסגעשטעלט א 5 טויזנט דאלער באלוין פאר ווער עס וועט ברענגען אינפארמאציע וואס וועט העלפן אפגעפינען די ספרי תורה, און ווי די ארטיגע אידן זאגן טראגן די ספרי תורה א ספעציעלן חשיבות, וויבאלד איינס האט דורכגעלעבט די ביטערע צווייטע וועלט קריג, און די צווייטע איז נתנדב געווארן לע”נ א יונג קינד וואס איז נפטר געווארן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.