ווארשא – אינעם זעלבן טאג וואס ס’איז איבער דער וועלט אפגעצייכנט געווארן דער “אינטערנאציאנאלער האלאקאוסט געדענקמאל טאג”, איז אנטשטאנען א שטורעם ארום א נייעם געזעץ וואס די פוילישע רעגירונג וויל דורכפירן, וואס וועט פארבאטן ארויסצוזאגן אין פובליק, אז פוילן האט געשפילט א ראלע אין די סיסטעמאטישע מארדן קעגן אידן ביים צווייטן וועלט קריג.
דאס געזעץ איז פארגעשלאגן געווארן דורכ’ן פוילישן יוסטיץ מיניסטער, און האט די שטיצע פונעם גאנצן פוילישן סענאט און פונעם פוילישן פרעמיער מיניסטער מאטעאס מאראוויטסקי. דאס געזעץ דערקלערט אז אויב עמיצער וועט באצייכענען די קאנצענטראציע לאגערן אלס “פוילישע קאנצענטראציע לאגערן”, אדער סיי עפעס ענליכס דערצו, וועט קענען אויסשטיין קרימינאלע קלאגעס און א טורמע שטראף.
פארשידענע ארגאניזאציעס זענען ארויסגעקומען קריטיקירן דאס געזעץ, זאגנדיג אז עס שטעלט א דירעקטע צוימונג אויף “פרייהייט פון אויסדרוק”, און אויך וועט עס צוימען דאס דיסקוסירן די ליידן פון די אידן אין פוילן ביים צווייטן וועלט קריג. פרעמיער מיניסטער מאראוויטסקי האט אוועקגעמאכט די קריטיק, זאגנדיג אז ס’איז וויכטיג פעסטצושטעלן פאר היסטאריע, אז פוילן האט גארנישט געהאט מיט די מאסן מארדן אויף אידן.