קענט – אנטיסעמיטישע גראפיטי איז געפונען געווארן ביי א קינדער-פארק אין ראטשעסטער, קענט, א שטאט אין ענגלאנד. די גראפיטי איז באמערקט געווארן דורך א אידישן טאטן, וועלכער האט שפאצירט נעכטן מאנטאג אינדערפרי מיט זיין קינד צום לאקאלן חדר, און ער האט אויפגעפאסט ווי עטליכע אנטיסעמיטישע לאזונגען און נאצישע סימבאלן זענען אנגעפירקלט אויפ’ן פארק. צווישן די מעסעדזשעס איז געווען א גרויסער האקנקרייץ, און אויך דער סלאגאן “14/88 דאבעליו פּי דאבעליו דאבעליו”. עס איז געגעבן געווארן צו פארשטיין אז דער נומער 14 ווערט גענוצט דורך נעא-נאציס צו סימבאליזירן ווייסע סופּעריאריטעט, און די ציפערן 88 באטרעפט אויף עפעס א חשבון די ווערטער “הייל היטלער”, און די איבריגע בוכשטאבן דארף זיין עפעס א ראסיסטישע טשעפע קעגן שווארצע. די לאקאלע ראטשעסטער פאליציי האבן אונטערגענומען אן אויספארשונג.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.