וואשינגטאן – דער עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר, ענדרו מעקעיב, האט נעכטן געמאלדן אז ער טרעט זאפארט אפ פון זיין אמט, און ער וועט נאר פארבלייבן איינגעשטעלט אין די עף-בי-איי ביז ענדע מערץ, ווען ער איז פעליג צו רעטייערן און באקומען פענסיע און רעטייערמענט בענעפיטן. מעקעיב איז אין לויף פון די לעצטע מאנאטן עטליכע מאל געקומען אונטער אטאקע פון פרעזידענט טראמפ, וויבאלד ער איז אן איבערגעבליבענער פון די אבאמא יארן, און טראמפ האט באשולדיגט אז מעקעיב איז פרא-קלינטאן גענויגט, וויבאלד זיין פרוי האט באקומען געלטער פון א פרא-קלינטאן פאליטישע גרופע ביים לויפן פאר א פאליטישן אמט. דאס ווייסע הויז האט נעכטן געזאגט אז טראמפ האט נישט געשפילט קיין שום ראלע אין מעקעיב’ס באשלוס אפצוטרעטן פון זיין אמט, און באריכטן צייגן אז דער עף-בי-איי דירעקטאר קריסטאפער רעי איז געווען דער וואס האט געלייגט דרוק אויף מעקעיב אפצוטרעטן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.