וואשינגטאן – פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן געגעבן זיין ערשטע “סטעיט אוו די יוניאן” רעדע פאר’ן לאנד, און ער האט גערופן פאר א “נייעם אמעריקאנער מאמענט” און א פרישן אנהייב פון אמעריקאנער האפענונג, צוזאמארבעט און פארשריט, ארויסשטעלנדיג זיינע פלענער פאר די קומענדיגע מאנאטן, מיט פארשלאגן און ביטעס צום קאנגרעס.
טראמפ האט געזאגט “איך שטרעק אויס אן אפענע האנט צו ארבעטן מיט ביידע פארטייען, צו באשיצן אונזערע בירגער פון אלע הונטערגרונטן, קאליר און רעליגיע. מיין אויפגאבע, און די אויפגאבע פון יעדן ערוויילטן באאמטן, איז צו פארטיידיגן אמעריקאנער, צו באשיצן זייער זיכערהייט, זייערע פאמיליעס, זייערע געמיינדעס, און זייער רעכט צום אמעריקאנער טרוים”.
צווישן די פארשלאגן וואס דער פרעזידענט האט ארויסגעשטעלט, איז געווען צו שפענדן 1.5 טריליאן דאלאר, א צוזאמשטעל פון פעדעראלע, סטעיט, לאקאלע און פריוואטע אינוועסטמענטס, פאר אינפראסטרוקטור; א קאמפראמיס אויף די האקעלע אישו פון אימיגראציע; נידערן די פרייזן פון מעדיצינען; רעפארמירן דעם טורמע סיסטעם, וואס וועט העלפן אידישע ארעסטאנטן, און מאדערניזירן אמעריקע’ס נוקלעארן ארסענאל.
דורכאויס זיין רעדע, איז דער פרעזידענט הילכיג אפלאדירט געווארן צענדליגער מאל, און ספעציפיש ווען ער האט ארויסגעברענגט די פאזיטיווע עקאנאמישע פארשריט אין לאנד, און ווען ער האט באגריסט זיינע געעהרטע געסט, אריינגערעכנט מיליטערישע העלדן. פאליטישע אנאליסטן האבן געזאגט אז דער פרעזידענט האט באוויזן צו שטעלן א פאראייניגונגס-טאן, אבער אין דער זעלבער צייט זיך געהאלטן צו זיינע פרינציפן און קאמפיין–פארשפרעכונגען.