ניו יארק – א פארשוין האט באשלאסן צו ערזעצן גרויסע “פאטהאולס” (לעכער אין די שאסייען) אין ניו יארק סיטי, מיט קליינע ביימעלעך. דער פארשוין איז קאובי פערסין, וועלכער איז באקאנט מיט זיינע ווילדע און אינטערעסאנטע שטיק, וואס ער רעקארדירט שטענדיג און פובליצירט דאס פאר די מאסן, און פערסין האט אונטערגענומען א פראיעקט, ארומצוגיין אין ניו יארק סיטי גאסן, און וואו ער באמערקט א לאך אינעם שאסיי, שטעלט ער אריין א קליינע ביימעלע, און צומאל אנדערע פלאנצונגען אדער שיינע בלומען.
פערסין’ס שטיק האט געברענגט אויפברויז ביי דער ניו יארק סיטי טראנספארטאציע דעפארטמענט, וועלכע האט געזאגט אז פערסין’ס ביימער שטעלן אין געפאר די דרייווערס, וועלכע קענען פארלירן קאנטראל מיט’ן אריינקראכן אין די ביימעלעך און בלומען.