אהייא – מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג, הערט מען פון נאך און נאך גרויסע אמעריקאנער ביזנעסער וועלכע געבן געהאלט-העכערונגען און באנוסעס, אדאנק די רעפובליקאנער שטייער רעפארם ביל, וועלכע וועט איבערלאזן מער געלט אין די קאסעס פון די גרויסע ביזנעסער און פירמעס.
נעכטן האט מען געהערט פון “טשארטער קאמיוניקעישאנס”, וועלכע סערווירט 25 מיליאן אמעריקאנער היימען אין 41 סטעיטס, אז זי וועט הייבן דעם מינימום געהאלט פאר אירע 95 טויזנט ארבעטער, צו פופצן דאלאר א שטונדע, אלס רעזולטאט פונעם שטייער רעפארם ביל, און אויך האט דער מידיא ביליאנער חיים סאבאן געזאגט פרייטאג, אז ער וועט געבן אן איינמאליגע באנוס פון 1000 דאלאר פאר “פעליגע ארבעטער” אדאנק דעם שטייער רעפארם ביל. אויך “בעסט ביי” וועט געבן פאר אירע פול-טיים ארבעטער אן איינמאליגן באנוס פון 1000 דאלאר.