ניו יארק – די ניו יארק סטעיט רעגירונג וועט זיך אנשליסן אינאיינעם מיט אנדערע סטעיטס, און אנהייבן פארטיילן טאבלעט-קאמפיוטערס פאר ארעסטאנטן אין סטעיט טורמעס, וואס די ארעסטאנטן וועלן קענען נוצן צו קאמיוניקירן מיט פאמיליע אינדרויסן פון טורמע, און אויך זיך צו שאפן בעסערע ערציאונג און זיך לערנען פארשידענע פאכן.
דער פלאן איז אז די קומענדיגע טעג און וואכן וועט מען פארטיילן טויזנטער טאבלעטס פאר ארום 51 טויזנט ארעסטאנטן אין 54 באזונדערע סטעיט טורמע איינריכטונגען. די נייעס האט געברענגט קריטיק פון פארשידענע גרופעס, וועלכע זאגן אז דאס באלוינט ארעסטאנטן, און עס מאכט גאר אז געוויסע קרימינאלן זאלן זוכן צו ווערן ארעסטירט און געהאלטן אין טורמע.