אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טויטליכער עמטרעק באן קראך

סאוט קאראליינע – א טויטליכער באן צוזאמשטויס האט פאסירט נעכטן אינדערפרי אין סאוט קאראליינע, ווען אן עמטרעק באן האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א פראכט-באן. דער עמטרעק באן איז געווען אויפ’ן וועג פון ניו יארק סיטי קיין פלארידע, מיט 8 שטאב מיטגלידער און 139 פאסאזשירן, און דער דרייווער פונעם באן איז בטעות ארויפגעפארן אויף א נישט-ריכטיגע שינע, וואו א גרויסער פראכט-באן פון דער “סי-עס-עקס” פירמע איז געליגן פארקירט.

דער צוזאמשטויס האט פאסירט מיט א שטארקן אימפעט, אומברענגענדיג 2 מענטשן אויפן באן – וועלכע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס עמטרעק באן איינגעשטעלטע. אויסער דעם זענען 116 פאסאזשירן פארוואונדעט געווארן. די פעדעראלע נאציאנאלע טראנספארטאציע זיכערהייט באורד פארשט דעם קראך.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.