וואשינגטאן – נעכטן האט מען געזען צייכענעס אז דער שטורעם ארום דער “מעמא” פון די רעפובליקאנער, וועלכע באשולדיגן אז די גאנצע אויספארשונג קעגן טראמפ איז בלויז געווען א פאליטישער שפיל פון דער אבאמא אדמיניסטראציע, האט זיך אנגעהויבן בארואיגן.
ערשטנס האבן עטליכע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט קאמענטירט אז דער מעמא מיינט בכלל נישט אז די אויספארשונג פון ראבערט מוללער איז לעכערליך און מוז קומען צו אן ענדע, און צווייטנס האט מען געהערט פון דער רעפובליקאנער פירערשאפט פון דער קאנגרעסיאנאלער שפיאנאזש קאמיטע, אז זיי וועלן מעגליך ערלויבן די דעמאקראטן פון דער קאמיטע, צו פובליצירן זייער אייגענע מעמא, וואס די דעמאקראטן זאגן אז זייער מעמא וועט אפווענדן אלע זאכן פונעם רעפובליקאנער מעמא.