בעלגיע – פאליציי באאמטע אין אנטווערפן האבן נעכטן קלארגעשטעלט, אז דער שרעקעדיגער אינצידענט, וואו א מאטאריסט איז שיער נישט איבערגעפארן א חסידי’שן פאטער און זיין קינד פארלאפענעם שבת, איז נישט געווען אנטיסעמיטיש-מאטיווירט. דער אינצידענט האט פאסירט שבת אינדערפרי אויף דער איזאבעלאליי גאס, וואו דער מאטאריסט איז ווילד ארויפגעפארן אויפ’ן טראטואר, אין ריכטונג פונעם פאטער און קינד וועלכע האבן שפאצירט בבגדי שבת, און נאכדעם וואס די צוויי האבן זיך באוויזן צו ראטעווען דורכ’ן זיך באהאלטן טיפער און נענטער צו די געביידעס, איז דער מאטאריסט צוריק אראפגעפארן פונעם טראטואר און ארויף אויפ’ן שאסיי. עס האט אויסגעזען ווי א געצילטע אטאקע, ענליך צו די קאר טעראר אטאקעס לענגאויס אייראפע און אמעריקע, אבער די פאליציי האבן נעכטן געזאגט, אז דער דרייווער איז פשוט געווען שיכור, און די פלענער אים אנצוקלאגן מיט מארד-פארזוך זענען אנולירט געווארן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.