וואשינגטאן – אין א זעלטענער ערשיינונג, האט מען נעכטן געהערט אז די רעפובליקאנער און דעמאקראטן אינעם סענאט, האבן זיך פאראייניגט און דערגרייכט א פארשטענדעניש, איבער א בודזשעט דיעל וועלכע וועט דעקן די פעדעראלע רעגירונג קאסטן פאר די קומענדיגע צוויי יאר, באדייטנדיג אז אויף דערווייל וועט מען מער נישט הערן יעדע פאר וואכן פון א שאטדאון געפאר.
דער דיעל, וועלכע איז אויסגעהאמערט געווארן דורכ’ן רעפובליקאנער סענאט פירער, מיטש מעקאנעל, און דעמאקראטישער מינאריטעט פירער, טשאק שומער, וועט סיי דעקן די געווענליכע בודזשעט פארלאנגען פון דער פעדעראלער רעגירונג, אבער וועט אויך צולייגן צום בודזשעט דעפיציט ארום 300 ביליאן דאלאר, צוליב פרישע שפענדונג וואס מ’האט אריינגעלייגט, צופרידנצושטעלן ביידע פארטייען.
עס איז אריינגעשטעלט געווארן ארום 130 ביליאן דאלאר פאר אויסגעברייטערטע דאמעסטישע שפענדונג, וואס די דעמאקראטן האבן פארלאנגט, אריינגערעכנט דאס דעקן די “טשיפ” קינדער העלט אינשורענס פראגראם פאר גאנצע צען יאר, 80 ביליאן פאר דיזעסטער הילף, 2 ביליאן פאר געזונטהייט וויסנשאפט שטודיעס און נאך – און אויך איז אריינגעלייגט געווארן ארום 160 ביליאן דאלאר אין פרישע פענטאגאן שפענדונג, צו באפרידיגן טראמפ.
פרעזידענט טראמפ איז טאקע ארויסגעקומען און אינדארסירט דעם דיעל, זאגנדיג אז יעדער רעפובליקאנער און דעמאקראט זאל שטימען פאר’ן ביל. אינעם סענאט זעט אויס ווי עס וועט באשטעטיגט ווערן כמעט מיט פולע שטיצע פון ביידע פארטייען, אבער עס איז נאכנישט קלאר וואס ס’וועט פאסירן אין קאנגרעס, וויבאלד ספיקער פאול רייען האט זיך נאכנישט פארפליכטעט, און די דעמאקראטישע פירער פעלאסי סטראשעט צו שטימען קעגן דעם.