אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

עגיפטן’ס נייער סיני קאמפיין

קאירא – דאס עגיפטישע מיליטער האט אונטערגענומען א מאסיוון קאמפיין אינעם סיני ראיאן, מיט’ן ציל פטור צו ווערן איינמאל פאר אלעמאל פון די פארשידענע איסלאמיסטישע באנדעס וועלכע האבן זיך דארטן פארמירט אין די לעצטע צוויי-דריי יאר. דער קאמפיין איז אונטערגענומען געווארן אויף דער פארארדענונג פון פרעזידענט אבדעל פאטאח על סיסי, וועלכער האט געשטעלט א דריי-מאנאטיגן דעדליין צו פארטיגן די אפעראציע און אויסרייניגן דעם גאנצן צפון סיני ראיאן פון די איסלאמיסטן. א ספעציעלע “סטעיט אוו עמורדזשענסי” איז דערקלערט געווארן אינעם ראיאן, פאליציי וואקאציעס און אורלויבן זענען געשניטן געווארן, אז זיי זאלן קענען שטיין גרייט ארויסצוהעלפן דאס מיליטער, און שפיטעלער זענען פארארדענט געווארן צוצוגרייטן מער בעטן, זייענדיג גרייט אויף א הויכע צאל פארוואונדעטע פון די מיליטערישע אפעראציעס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.