אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סיטי טראפיק לייטס מאלפונקציע

מאנהעטן – צענדליגער טראפיק לייטס לענגאויס ניו יארק סיטי, האבן נעכטן אינדערפרי נישט געהעריג געארבעט, און די אויטאריטעטן האבן געזאגט אז דאס האט פאסירט צוליב א סאפטוועיר אפדעיט. די סיטי טראנספארטאציע אויטאריטעטן האבן געזאגט, אז דאס האט פאסירט ווען זיי האבן דורכגעפירט א רוטינע און געווענליכע סאפטוועיר אפדעיט אויפ’ן טראפיק לייט סיסטעם, און דער אפדעיט האט זיך פארהאנקערט, טראץ וואס ביז היינט האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט דעם פראבלעם, ביי די נאכאנאנדע סאפטוועיר אפדעיטס.

ארום פינף פראצענט פון אלע טראפיק לייטס אין די פינף באראס זענען אפעקטירט געווארן פונעם פראבלעם, ווען אנשטאט געווענליכע רויט, גרין און געל, זענען דרייווערס באגעגנט געווארן מיט בלינקעדיגע רויטע און געלע לייטס. די פראבלעמען זענען שוין געווען פארראכטן מוצאי שבת פארנאכטס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.